יום שישי, מרץ 07, 2014

ווילסט שמועסן, אדער ווילסט זאגן?

ווילסט שמועסן, אדער ווילסט זאגן?

"האב אינזין דיינע אייגענע געשעפטן". איך ווייס נישט אויב איך האב עס גוט איבערגעטייטשט. אויף איינפאך מאמע-לשון זאגט מען עס: mind your own business.

דאס איז א לחש וואס די באבע פלעגט זאגן ווען מען האט איר געוואלט איינטיילן ווי אזוי צו מאכן בעסער די קאקאש קעיק לויט די פארגעשריבענע רעצעפטן, זי האט בכלל נישט געוואלט אריינגיין אין וויכוחים, זי האט גע'טענה'ט - און מיט רעכט - אז ווען זי מאכט עס מיט איר געפיהל קומט עס אויס דאס בעסטע, "מען קען נישט אייביג נאכפאלגן פונקליך די פארשריפטן, מען ברויך צולייגן אביסל הארץ און מח, און דאן קומט דאס אויס די בעסטע וואס מעגליך", און די מבינים וואס האבן פארזוכט אירע געבעקסן האבן טאקע מעיד געווען אז זי איז גערעכט געווען מיט א 100%, מען האט זיך טאקע מחי' געווען דערמיט.

לעצטנס איז מיר איינער געקראכן אויף די געהירן איבער דעם וואס איך האב זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב, "דו ביזט דאך א קלוגער אינגערמאן, ווי קומט צו דיר אזוינע נארישקייטן?" ער האט מיר אנגעהויבן דרייען א קאפ אז דאס איז נישט פאר מיר, עס איז נישט אויסגעהאלטן א.א.וו. איך גיי נישט דא איבערקייען אלע זיינע שטותים.

איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין מיט שיינעם וואס עס האט מיר באוואויגן דאס צו טוהן, און ווי סאך נוצן איך האב פון דעם ברוחניות ובגשמיות. איך מיין אז איך האב גערעדט לאגישע דיבורים, עס איז באמת געווען יוצאים מן הלב, וואס וואלט אונטער נארמאלע אומשטענדן געדארפט זיין נכנסין אל הלב, אבער אזוי ווי ער איז דאך דא געווען אויף א מיסיע מיך צו איבערצייגן זיינע שיטות, ואיידי דטריד למיפלט לא בלע, האט ער בכלל נישט געהערט (דערהערט) וואס איך האב צו זאגן, ער איז נאר געווען ביזי נאכאמאל צו מעלה גרה זיין זיינע נארישקייטן, ביז נאך דעם לענגערן שמועס האט ער מיר ענדליך איבערגעצייגט, איך בין געקומען צו די הכרה אז די באבע איז יא גערעכט געווען, איך וואלט נישט געדארפט אריין גיין אין קיינע וויכוחים, נאר גאנץ אין אנהויב זאגן דעם לחש: mind your own business, לאז געמאך, גיי דיר דיין וועג און לאז מיר גיין מיין וועג, פון אזוינע וויכוחים קען קיין אמת נישט ארויס קומען.

ביי מיר איז דאס יעצט געווען איבער די נושא פון ברסלב, אבער איך גלייב אז עס האט זיך שוין געמאכט ביי אנדערע אויך איבער אלע סארט נושאים, אייביג זענען דא די גוטע אידן וואס ווילן פשוט ארויסהעלפן און שטעלן א צווייטן אויפן פלאץ, און קומען מיט חכמת שלמה צו אויפקלערן און מסביר זיין אז דער צווייטער טוט נישט ריכטיג. עס איז זיכער גוט אייביג צו הערן פון א צווייטן, קיינער קען נישט זאגן שלום עלי נפשי נאר איך ווייס דעם אמת, אבער דאס איז ווען יענער וויל טאקע אויסשמועסן דעם אמת, דאן וועלן מיר צונעמען די זאך פון אלע צדדים ביז עס וועט ארויס קומען די ריכטיגע אמת. אבער ווען מען זעהט און מען ווייסט אז יענער איז בכלל נישט דא למען האמת, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן, ער וויל בלויז זאגן זיינע געדאנקען און איך זאל עס מקבל זיין כנתינתן מסיני, דאן שליס איך דעם וויכוח גלייך ביים אנהויב, איך זאג אים ער זאל קער נעמען פון זיינע אייגענע אנגעלעגנהייטן און מיר אפלאזן.

אויף דעם ענין איז דא אן אינטערעסאנטע עפיזאד פון די יוגנט יארן פון רבי נחמן מברסלב זי"ע. רבי נחמן האט ווי באקאנט חתונה געהאט גלייך נאך זיין בר מצוה, זיין שווער האט געהייסן רבי אפרים פון זאסלאוו, ער איז געווען א חשובער איד אן איש מכובד און א גרויסער עושר, ער האט געוואוינט אינעם דערפל אויסיאטין, ער איז געווען באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, און אסאך באקאנטע צדיקים פלעגן איינשטיין ביי אים ווען זיי זענען דורכגעפארן דארט אין די געגנט.

נאך די חתונה האט רבי נחמן אפגעמאכט אז ער וויל דינען דעם אייבערשטן באהאלטענערהייט, ער פלעגט עוסק זיין בתורה ועבודה אינדערהיים אין זיין חדר מיוחד, און אזוי ווי ארום דעם דארף איז געווען אסאך פעלדער און וועלדער, פלעגט ער אסאך ארויסגיין דארט און געדינט דעם אייבערשטן אויף זיין שטייגער, און אלעס באהאלטענערהייט, ער האט אנגעזאגט זיין ווייב אז זי זאל גארנישט איבערזאגן פון זיין התנהגות, און אינדרויסן פלעגט ער זיך שפילן מיט נארישקייטן, און עס האט אויסגעזעהן פון דרויסן אזוי ווי ער האלט ביי גארנישט אין עבודת ה'.

פאר זיין שווער האט דאס זייער געשטערט, ער האט גענומען אן איידעם מיטן חשבון אז זיין איידעם איז אן אייניקל פון בעל שם טוב, און ער וועט זיכער זיצן און לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און דא זעהט ער ווי זיין איידעם האצקעט ארום און איז בכלל נישט אזוי ערנסט. אין די ווינטער פלעגט ער זעהן זיין איידעם זיך גליטשן אויף די פארפרוירענע טייך און פארברענגן צייט, און דאס האט אים זייער געבאדערט.

איינמאל איז איינגעשטאנען ביי אים א גרויסער צדיק פון די תלמידי המגיד, און דער שווער האט זיך אויסגערעדט פאר אים זיין צער אז ער האט גענומען אן איידעם אן אייניקל פון בעש"ט, אבער למעשה לערנט ער גארנישט, אזוי ווייט אז אפילו ליינען עברי האט ער שוין פארגעסן, דער צדיק האט פרובירט צו פארענטפערן דעם איידעם אז עס איז זיכער נישט אזוי געפערליך ווי דער שווער מאכט עס, אבער דער שווער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, "אדרבה פארהער אים אליין, וועסטו זיך איבערצייגן אז איך בין גערעכט" - האט דער שווער געזאגט.

דער צדיק האט אזוי געטוהן ער האט גערופן דעם איידעם, ער האט געעפנט א משניות וואס ער האט געהאט ביי די האנט און אים געהייסן זאגן, עס האט זיך אויפגעמישט ביי מס' ב"ק פרק ב', דארט שטייט הכלב והגדי שקפצו מראש הגג, רבי נחמן - וואס האט זיך געוואלט באהאלטן - האט אנגעהויבן זאגן, "הכלב והגדי, שקפצו מארש - א הינט מיט א ציגעלע האבן געטאנצן א מארש..", דער שווער האט זיך אנגערופן: "זעהסטו?! איך האב אייך געזאגט אז אפילו די עברי קען ער שוין נישט!" דער צדיק האט גארנישט רעאגירט אויף די מינוט, נישט ווילנדיג מאכן קיין מחלוקת, אבער שפעטער ווען ער האט געטראפן רבי נחמן אינדרויסן אליין, האט ער אים זייער פארגעהאלטן אז עס פאסט זייער נישט פארן בעש"ט'ס אן אייניקל זיך אזוי אויפצופירן, און ער האט אים אראפ געלאזט צוויי פעטש. רבי נחמן האט גארנישט רעאגירט.

א צייט שפעטער איז דער צדיק אמאל דורך געפארן א וואלד און אויפן וועג האט ער געהערט א קול פון א מענטש, ווען ער איז נאכגעגאנגען די קול האט ער געזעהן איינעם אין וואלד אנגעטוהן מיט טלית ותפלין און דאוונט מיט גרויס התעוררות און געשמאק, ווען ער איז געקומען נענטער האט ער געזעהן אז דאס איז דער אינגערמאן וועם ער האט דערלאנגט צוויי פעטש, ער האט אויסגעווארט ביז ער האט געענדיגט דאווענען און דערנאך האט ער אים איבערגעבעטן אויף וואס ער האט אים אנגעשריגן און געשלאגן, רבי נחמן האט אים געזאגט אז ער איז אים מוחל נאר בתנאי אז ער וועט עס נישט דערציילן פאר קיינעם ווי לאנג ער (רבי נחמן) לעבט, אבער אזויפיל האט דער צדיק גע'פועל'ט ביי אים אז ער זאל מעגן צוריק גיין צו זיין שווער און אים זאגן אז ער זאל זיך נישט מישן אין זיין איידעמ'ס געשעפטן. וכך הוה, ער איז צוריק געגאנגען צום שווער, און אים געזאגט אז ער זאל צוריה לאזן זיין איידעם און אים לאזן זיך פירן ווי אזוי עס שיינט אים.

עד כאן המעשה. און כדאי צו פארשטיין וואס עס האט געשטערט פאר רבי נחמן צו זאגן נארמאל די משנה, ער וואלט לכאורה ווייטער געקענט בלייבן באהאלטן אפילו ווען ער זאל זאגן נארמאל א משנה, דאס צו פארשטיין וועל איך מקדים זיין א משל.

יענקל גייט אויפן גאס אינדערפרי און ער טרעפט משה'ן, זיין אלטער חבר. ער געבט אים א פרייליכן שלום עליכם, אבער אין רעאקציע לאזט אים משה אראפ א קלינגעדיגן פראסק, יענקל בלייבט ערשטוינט, אויף אזוינס האט ער זיך נישט געראכטן, ער פרעגט פון משה וואס דארף צו מיינען, און משה איז אים שיין מסביר: "איך ווייס דאך וואס דער סוף וועט זיין, איך וועל דיר צוריק געבן אן עליכם שלום, און דו וועסט מיר פרעגן פארוואס געב איך דיר אזא פארעווע עליכם שלום, און איך וועל צוריק זאגן אז דאס איז מיין נאטור, און דו וועסט צוריק שרייען אז איך האב דיר פיינט, און איך וועל זיך פארענטפערן אז איך האב גארנישט געמיינט, אזוי וועלן מיר זיך קריגן ביז עס וועט גיין פעטש, האט איך דיר שוין מקדים געווען און דיר געגעבן די פעטש, און זיי מיר געזונט און פטור אן עסק...

צוריק צו די מעשה, ווען רבי נחמן וואלט געזאגט די משנה געהעריג, וואלט עס זיכער נישט געבליבן שטיין ביי דעם, "יעצט זאג די ברטנורא, און יעצט תוספות יו"ט", "און אז דו קענסט יא לערנען פארוואס שפילסטו דיך ארום? עס פאסט נישט פאר דיר", און אזוי וואלט עס געגאנגען ווייטער און ווייטער. אבער אזוי אז ער קען אפילו נישט די עברי, "יעצט געב מיר א פראסק און לאז מיר אפ, לאז מיר גיין מיין וועג וואס איך האב זיך אויסגעקליבן".

וואס קענען מיר זיך לערנען דערפון?
אויב האסטו דיך אויסגעקליבן א געוויסע לייף-סטייל, דו האלטס אז דאס איז גוט פאר דיר, עס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, דאן ווען איינער קומט דיר פארדרייען דעם קאפ, שמעק אויס די זאך, אויב מיינט ער עס אמת'דיג, ער וויל עס באמת אויסשמועסן דאן קענסטו זיין אפן מיט אים און אדורך טוהן דעם ענין. אויב אבער יענער וויל סתם זיינע אייגענע אינטערעסן, ער וויל גארנישט דורך שמועסן, ער וויל בלויז זאגן וואס ער האט צו זאגן, דאן זאלסטו וויסן אז עס איז א שאד די שפייאכטץ זיך צו טענה'ן מיט אזא איינעם. און צו דעם העלפט בלויז דער לחש: mind your own business.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה