יום חמישי, מרץ 06, 2014

ברוכים הבאים

ברוכים הבאים

ברוכים הבאים צו מיין בלאג. מיטן אייבערשטנס הילף וויל איך דא שרייבן שיינע ענינים און מאמרים געבויעט אויף די תורות און לימודים פונעם הייליגן צדיק רבי נחמן מברסלב זצוק"ל, אויף א וועג אז מען זאל עס קענען נוצן אין די היינטיגע אומשטענדען.

אין די תורות פון רבי נחמן קען מען טרעפן אלע סארט עצות און הדרכות פאר אלע אספעקטן אין לעבן, און דאס איז מיין ציהל עס אראפצוברענגן און איבער שרייבן אויף א צוגענגליכע שפראך, אז יעדער זאל קענען פון דעם נהנה זיין.

אויך וועל איך דא ארויף שטעלן געקליבענע שיינע מאמרים וואס איך האב  געשריבן אין קאווע שטיבל, פון וואס אסאך האבן שוין הנאה געהאט.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז חפץ ה' בידי יצליח אז אידן זאלן הנאה האבן פון די מאמרים, עס זאל זיי שטארקן אנצוגיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות.

הק' ברסלבער

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה