יום חמישי, יוני 12, 2014

בואו חשבון – דער וועג צו סוקסעס

בואו חשבון – דער וועג צו סוקסעס

דער אי-ציגארעטל איז אין די לעצטע פאר יאר געווארן גאר שטארק אויפגעכאפט איבער די וועלט, רויכערערס וואס מוטשענען זיך שוין לאנג אויפצוהערן רייכערן האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די נייע המצאה און קויפן די עלעקטעראנישע ציגארעטלעך אין די מאסן.

צי דאס העלפט טאקע אויפהערן רויכערען איז אונטער א גרויסע פראגע צייכן. טייל זאגן טאקע אז דאס האט זיי אפגעוואוינט פון רויכערען, אנדערע זאגן אז עס האט זיי כאטש רעדוצירט די מאס ציגארעטלעך פער טאג, אבער טייל זאגן אז דאס קומט זיי נאר צוניץ ווען זיי געפינען זיך אינ-דארס, אויף א פלאץ ווי זיי זענען נישט ביכולת צו רויכערען געהעריג, אבער איינמאל זיי זענען אויפן גאס זענען זיי צוריק צום אלטן, זיי זענען מקיים דעם גם מזה אל תנח ידיך, וירא שמים יוצא ידי שניהם.

דאס איז נישט די ערשטע - און לכאורה אויך נישט די לעצטע – מעטאד, וואס שטעלט אהער אופנים ווי אזוי מען זאל זיך קענען אפגעוואוינען פון רויכערן. און אזוי ווי אלע פון די סארט מעטאדן, ארבעט עס צומאל יא און צומאל נישט, ביי איינעם יא און ביי איינעם נישט. יעצט אבער קומט ארויף אויפן טיש א נייער דערהער, וואס מען האט נאכנישט געהערט ביז יעצט, דאס איז דער 'קלוגער צינדער'.
דער 'קלוגער צינדער' (smart lighter) – איז א נייער פראדוקט וואס איז אויפן וועג ארויס צום מארקעט בקרוב. דער צינדער ארבעט נישט מיט פייער, עס צינד אן דעם ציגארעטל מיט שטארקע היץ, ענליך צו די אמאליגע קאר צינדערס. דער חידוש פון דעם צינדער איז אז עס האלט חשבון ווען און וויפיל צוגארעטלעך מען האט שוין גערויכערט. עס האט אויף זיך א קליינען סקרין, און יעדע מאל מען וויל אנצינדען א ציגארעטל וועט עס ווייזן ווי לאנג צוריק מען האט געהאט די פריערדיגע און וויפיל מען האט שוין היינט גערויכערט. עס קומט אויך מיט אן עפפ, וואו מען קען זעהן פונקטליך וויפיל און ווי אפט מען האט גערויכערט יעדן טאג, אויך קען מען עס אנשטעלן אז עס זאל זיך נישט לאזן אנצינדען נאר נאך א געוויסע צייט אפשניט נאך די פריערדיגע ציגארעטל.

דאס איז א שפאגל נייע איידיע ווי אזוי זיך אפצוגעוואוינען פון רויכערן. דער ערפינדער דערפון, איינער מיטן נאמען אטא גופראני פון קאליפארניע, דערציילט אז ער אליין איז געווען א שווערער רויכערער, און ווען ער האט אנגעהויבן איינזעהן אז עס קען נישט וויטער אזוי אנגיין, ער מוז געפינען א וועג ווי אזוי זיך אפצוגעוואונען דערפון, האט ער באמערקט אז ער האלט פשוט נישט קיין חשבון וויפיל באקסעס עס ווערט פארברענט ביי אים יעדן טאג. עס גייט שוין פון זיך אליין, עס נעמט זיך ארויס א באקס ציגארעטלעך מיט א צינדער און עס פארט איינס נאכן צווייטן. דאס האט אים געמאכט טראכטן די איידיע פון אזא smart lighter וואס וועט האלטן דעם חשבון פאר אים. א צינדער איז א זאך וואס יעדער רויכערער מוז זיך שטענדיג ארומדרייען דערמיט, און יעדע מאל ווען ער וועט וועלן אנצינדן נאך א ציגארעטל וועט אים שטיין פאר די אויגן ווען ער האט געהאט די לעצטע און וויפיל ער האט שוין היינט גערויכערט, און דאס וועט אים יעדעס מאל מאכן נאכאמאל טראכטן אויב עס לוינט זיך טאקע צו נעמען נאך איינס אדער נישט. ער האט זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין ביז ער האט עס אינגאנצן אויסגע'פיגור'ט, און דאן ארויסגעקומען מיט זיין נייעם פראדוקט, ויקרא שמו - 'Quitbit'.

דער ערפינדער מיט זיינס א חבר האבן אליין אויספרובירט דעם נייעם צינדער מיט גרויס סוקסעס. אויך האבן זיי דאס אריינגעגעבן פאר א שטודיע וואס האט געגעבן פאר א צאל מענטשן דעם צינדער עס צו נוצן פאר א חודש. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ביי אלע באטייליגטע אין די שטודיע איז געשניטן געווארן זייער סכום רויכערען מיט מינומים דרייסיג פראצענט.

אריינטראכטנדיג אין די איידיע זעהט אויס אז ער האט גאנץ א גוטע פוינט. ווען מען זאל באמת מאכן דעם חשבון און אויסרעכענען שכר כנגד ההפסד פון רויכערען, דארף אויסצוקומען אז מען דארף עס אפשטעלן באצייטנס. ווען מען נעמט אין חשבון די גרויסע פארשווענדעניש פון צייט, געלט און געזונט, וואס דער ציגארעטל גנב'ט צו פון א מענטש, אקעגן די הנאה פון בלאזן רויך פאר פינף מינוט, וואלט געדארפט אויסקומען דער לאגישער חשבון אז מען דארף אויפהערן רויכערן. אבער אז מען טראכט נישט, קען מען דאס קיינמאל נישט אויס'פיגור'ן. מענטשן האבן נישט ליב צו טראכטן פון זאכן וואס מאכט זיי אומבאקוועם, פון זאכן וואס וועט פאדערן פון זיי צו טוהן שריט וואס איז זיי נישט אזוי געשמאק. עס איז א סך געשמאקער נישט צו נוצן דעם מח בכלל און פטור אן עסק. אבער מיט דעם צינדער וועט דאס בעל כרחו דערמאנען דעם מענטש ביי יעדן ציגארעטל אז עס איז צייט ער זאל זיך נעמען אין די האנט אריין.

בפועל העלפט עס נישט אוועק נעמען דאס רויכערן, אבער דאס וועקט אויף דעם מח. און איינמאל דער מח איז אויף און טראכט פון דעם ענין, וועט שוין דער מח אליין, מיט די שכל וואס געפינט זיך אין איר, אפמאכן וואס איז גוט פאר אים און וואס נישט.
*

אין זוהר הקדוש (פ' קרח דף קעח) ווערט זייער אויסגעלויבט די מענטשן וואס זענען 'מרא דחושבנא'. מענטשן וואס מאכן יעדע נאכט א חשבון הנפש ווי אזוי זייער טאג איז פאריבער. מיין מלמד אין חדר האט דאס אראפגעלייגט גאר שרעקעדיג. ער האט דערציילט ווי אזוי ערליכע אידן גייען שלאפן, פאר זיי גייען אריין אין בעט צינדן זיי אן א ליכט און זעצן זיך אוועק אויף דער ערד און וויינען זיך אויס פארן אויבערשטן אויף אלעס וואס זיי האבן געטוהן דעם טאג.

עס האט מיר זייער באנומען, אבער ווי פארשטענדליך האב איך געוואוסט אז דאס האט מיט מיר גארנישט, דאס איז געמאכט פאר גרויסע צדיקים. איך וויין נישט, איך זיץ נישט אויף דער ערד, און עס איז מיר נישט געשמאק אנצוצינדן דעם ליכטל.

מיט די צייט בין איך אבער געוואויר געווארן אז היינט צו טאגס נוצט מען שוין נישט קיין ליכט צו באלייכטן, היינט איז שוין ערפינדן געווארן דער לעקטער וואס פארגרינגערט אביסל דעם מצב. עס איז שוין היינט דא גרינגערע וועגן ווי אזוי צו זיין פון די געהויבענע 'מרא דחושבנא', אויף וועמען דער זוהר זאגט אז די וועלן גלייך אריין אין גן עדן און נישט האבן אויף זיך קיין שום דין.

מען צינד אן די לעקטער, מען זעצט זיך אוועק צום טיש, און מען לויפט דורך אין מחשבה דעם גאנצן טאג ווי אזוי עס איז פאריבער ברוחניות און בגשמיות. האב איך געדאווענט היינט? האב איך געלערנט היינט? האב איך געהאלפן א צווייטן היינט? האב איך מצליח געווען אין פרנסה היינט? האב איך זיך היינט אויסגעקומען מיט מיינע ארבעטערס/ באלעבאטעם? האב איך היינט געהאנדלט מיט מיין ווייב און קינדער ווי עס דארף צו זיין? א.א.וו. יעדער לויט זיין לעבנס שטייגער.

דאס דארף צו נעמען בערך צוויי מינוט אויפן זייגער, אבער די תועלת און השפעה וואס דאס האט צום גוטן אויפן מענטש איז אומבאגרייפבאר. דאס לעבן לויפט מיט אזא שנעלען גאלאפ אז מען קומט פשוט נישט אן צו טראכטן גלייך. אזוי ווי ווען מען רייסט אויפן פאליסייד און מען זעהט ווי די ביימער לויפן דורך מיט א געוואלדיגע שנעלקייט. די טעג און וואכן, די חדשים און יארן, לויפן אזוי שנעל אז מען קען זיי נישט דעריאגן.

מיט די צוויי מינוט וואס מען נעמט זיך אראפ יעדע נאכט צו דורכלויפן דעם טאג אין מח. אפילו ווען מען האט נאכנישט דערווייל קיין סעלושאן צו אלע פראבלעמען, אבער דאס אליין אז מען גייט עס איבער אין מח, דאס וועקט דעם מענטש און מאנט פון אים זיך צו פארבעסערן, דאס מאכט אז ער זאל קענען אויפקומען מיט גוטע איידיעס ווי אזוי צו פארבעסערן דאס לעבן בגשמיות וברוחניות.

נאך בעסער איז ווען מען דערציילט דעם טאג פארן אייבערשטן, אין צוויי מינוט שמועסט מען אויס דעם טאג מיטן אייבערשטן. איז עס געווען א געלונגענער טאג דאנקט מען דעם אייבערשטן און מען בעהט אויף ווייטער, איז עס געווען א שוואכער טאג, בעהט מען אז די קומענדיגע טעג זאל זיין בעסער. מען בעהט איבער דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט נישט געטוהן ריכטיג, און מען בעהט אים אז פון יעצט און ווייטער זאל מען שוין יא זיין גוט.

עס באקאנט דער ניגון, די מעשה מיט רבי רבי זושא וואס האט יעדע נאכט זיך איבערגעטראכט דעם טאג און געזאגט פארן אייבערשטן אז מארגן וועט ער שוין זיין גוט. "איי איך האב שוין געזאגט, די זעלבע ווערטער נעכטן, אבער יעצט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג דיר צו". דאס איז א געוואלדיגער לימוד, אפילו ווען א מענטש ווייסט דעם אמת אז עס איז דא ביי אים איבער גענוג זאכן וואס ער קען פארעכטן, און דערווייל האט ער נישט די ריכטיגע עצה ווי אזוי דאס צו קענען באווייזן. אבער בלויז מיט דעם וואס ער נעמט אפיר די זאכן פאר די אויגן יעדן טאג נאכאמאל, דאס וועט שוין רעדוצירן די פראבלעמען מינומים מיט דרייסיג פראצענט, און מיט די צייט וועט אים שוין איינפאלן גוטע איידיעס ווי אזוי ארויס צוקריכן פון די פראבלעמען. פון נישט טראכטן וועט מען זיכער גארנישט פארדינען.

דעם לימוד האב איך שוין פארדינט פון די איידיע פון דעם 'קלוגן צינדער'. נאך איידער אפילו עס איז ערשינען צום ברייטן באנוץ.



אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה