יום ראשון, מרץ 23, 2014

פון די אנדערע זייט טיר

פון די אנדערע זייט טיר

הערט אויס א שמועס:

..טאטי, איינער ווארט ביי די טיר.
..ווער איז דארט?
..איינער גייט נאך געלט.
..שוין ווייטער א שנארער, מען קען נישט פטור ווערן פון די חברה! זאג אים אז דיין טאטע איז נישט אינדערהיים.
..מיין טאטע האט געזאגט אז ער איז נישט אינדערהיים…


דער געשפרעך -- אדער עפעס ענליך צו דעם -- הערט גאנץ אפ איינער וואס גייט צוזאמקלויבן נדבות, צו מזכה זיין אידן מיט די מצוה פון צדקה.
טאקע א באנדע בלוט-זויגערס - די צדקה-גייערס, זיי האבן נישט בעסער'ס וואס צו טוהן נאר ארום צו גיין און אויסזויגן דאס לעצטע ביסל בלוט פונעם עולם. וואס ווילן זיי? זאלן זיי גיין ארבעטן און צורוה לאזן די מענטשהייט.

לאמיר אבער כאפן א בליק אויף די אנדערע זייט טיר וואס דארט גייט פאר. דארט שטייט א איד מיט א צובראכן הארץ. נישט גרינג איז אים אנגעקומען צו מאכן דעם באשלוס צו גיין איבער די הייזער נאך געלט. ווער עס האט עס נאכנישט אויספרובירט קען זיך נישט פארשטעלן די בזיון עצמי וואס א מענטש פיהלט ווען ער דארף גיין נאך געלט. דאס איז אפילו ווען מען גייט פאר א צווייטן, און כל שכן ווען מען גייט פאר זיך. עס איז בכלל נישט קיין בא'טעמ'טע עסק, עס קאסט אפ אסאך כוחות הנפש דאס צו קענען באווייזן.

קיינער גייט נישט נאך געלט פאר שוואוילטאג. צו האבן און שפירן דעם געפיהל פון ואנכי עפר ואפר מיט אלע מפורשים, צו דעם דארף מען האבן א שטארקע דראנג דאס צו קענען באווייזן. אדער ווייל מען האט א שטארקע געפיהל פאר דעם צוועק פאר וואס מען גייט. אדער ווייל נויט ברעכט אייזן האט ער זיך גענומען די שטארקייט און איבערגעלאזט דאס ווייב און קינדער אין אר"י צו גיין אנקלאפן אויף די טירן. אדער אפילו א היזיגער וואס קען נישט ענדיגן דעם חודש, און אנשטאט זיך אנבארגן פון די גאנצע שטאט אן קיין חשבון פון וואו עס צו באצאלן, גייט ער ארום צו אידישע הערצער און קלויבט צוזאם א דאלער נאך א דאלער.


"זאל ער גיין ארבעטן" -- טראכט מען צו זיך בשעת'ן געבן דעם אויסגעקארגטן דאלער, מען שפירט ממש ווי מען האט זיך אפגעשניטן א שטיקל פינגער פאר יענעם. עס זאגט זיך לייכט -- גיי ארבעטן. אבער איז עס דען אזוי פשוט? וויל ער דען נישט גיין ארבעטן, וואלט ער דען נישט געגאנגען ארבעטן אנשטאט דארפן גיין איבער די הייזער? אדער טרעפט זיך אים נישט קיין ארבעט. אדער האט מען אים אקארשט ארויסגעווארפן פון זיין דזשאב. אדער קען ער מחמת סיבות שונות ומשונות נישט ארבעטן. אדער ארבעט ער יא, אבער עס קלעקט נישט אויף די גרויסע הוצאות.

הכלל, דארט אויף די אנדערע זייט טיר שטייט א מענטש. א מענטש מיט פיהלינגס פונקט ווי איך און דו, א מענטש געקנאטן פונקט פונעם זעלבן טייג וואס מיר זענען געקנאטן, א מענטש וואס איז נישט קיין ראבאט, ער האט אויך א טאטע מאמע ווייב און קינדער. נאר זיין גורל איז אויסגעפאלן אז ער דארף ארום גיין איבער די הייזער קלייבן נדבות.

איינמאל מען ווייסט דעם סוד אז דאס איז טאקע א מענטש, וואס בעפאר יעדע קלאפ אויפן טיר פיהלט ער ווי די נשמה פליעט אים ארויס פאר בושה. דאן ווייסט מען אז מען דארף אים אויך באהאנדלן ווי א מענטש.


עטליכע כללים
לאמיר געבן עטליכע כללים וואס איז גוט צו וויסן אין דעם נושא, וישמע חכם ויוסף לקח.

> די ערשטע כלל איז טאקע דאס, מאך אים פיהלן ווי א מענטש. קודם מאך דיך בכלל וויסענדיג פון אים. דאס אינגנארירן דעם געלט-גייער כאילו ער עקזיסטירט נישט בכלל -- וואס ליידער טוהן אסאך מענטשן אזוי -- דאס איז דאס ארגסטע געפיהל וואס מען קען יענעם דערלאנגען.
א געלט-גייער קלאפט, מען גייט צו קוקן ביים לעכל ווער עס איז דארט, און מען שפאצירט אוועק כאילו לא היה. דער געלט גייער בלייבט אין א פארגעלעגנהייט. ער האט באמערקט אז מען האט געקוקט ווער ס'איז דארט, און ער ווייסט נישט אויב יענער פלאנט צו ברענגן יעצט געלט, אדער יענער וויל אים פשוט איגנארירן, בלייבט ער ווארטן עטליכע מינוט, און ווען ער זעהט אז קיינער באווייזט זיך נישט, גייט ער ווייטער מיט א שווער הארץ.
דאס איז בלויז רשעות. אויב דו ווילסט ברענגן געלט, זאג: "איין מינוט". אויב דו ווילסט נישט געבן, זאג: "איך האב נישט יעצט", "איך קען נישט עפענען יעצט", אדער סיי וואס. אבער נישט איגנארן, סיי איז דאס א רשעות אלס מאכן יענעם פאר א גארנישט. און סיי אז דו רויבסט צו יענעמ'ס צייט וואס ער וואלט געקענט אין די צייט גיין צו נאך פינף טירן.

> אז דו געבסט שוין יא, טוה עס אויף די ריכטיגע וועג. די גמרא זאגט (ב"ב ט' ע"ב) כל הנותן פרוטה לעני מתברך בשש ברכות, והמפייסו בדברים מתברך בי''א ברכות. וואס מיינט המפייסו? פשוט מען בעהט אים איבער. מען געבט וויפיל מען קען, זאל עס זיין א קוואדער, א דאלער, א פינעווער. אבער ווען דו געבסט עס, זאג אים מיט א שמייכל: "דאס האב איך יעצט. גלייב מיר אז ווען איך האב ווען וואלט איך דיר געגעבן אסאך מער". עס נעמט בערך א סעקונדע צו זאגן, אבער די גוטע געפיהל וואס דאס געבט פאר יענעם איז אין לשער. ער פיהלט אז מען האט אים נישט סתם צוגעווארפן א מטבע ווי פאר א פגע-רע, נעם דיר און טראג דיך אפ פון דאנעט. ניין, מען האט א געפיהל צו אים.

> קריך נישט אריין אין די קישקעס. פאר וועם גייסטו? הכנסת כלה, ווער איז דער חתן? האסט אן המלצה בריוו? מען קען מיינען אז דו גייסט אים דא אויסצאהלן די חתונה אדער כאטש געבן א טויזנטער. סך הכל וועסטו אים געבן א דאלער, אדער אפאר דאלער. נו זיין בארד און פאות איז נישט ווערד דעם דאלער? ער מוז דיר אויפווייזן מיט הוכחות ברורות פארוועם און פארוואס ער גייט?
און וואס איז אויב ער גייט צו צאהלן זיין גראסערי ביל, ער שעמט זיך אבער דאס צו זאגן, זאגט ער אז ער גייט פאר הכנסת כלה/ ביקור חולים/ ביקור גומלין/ אדער וואטעווער. קומט זיך אים שוין מיתה פאר דעם? געב וויפיל דו קענסט/ווילסט געבן און לאז אים לעבן. און אז דו ווילסט נישט געבן זאג אז דו האסט נישט יעצט צו געבן. אבער קריך נישט אין יענעמ'ס קישקעס אריין.

> זיי אויך נישט איבער-העפליך. ווען איינער האט דעזינגנירט די שעה-צוויי אז ער וויל יעצט גיין נאך געלט, וויל ער עס אויסנוצן צו די מאקסימום. און דעריבער איז נישט כדאי צו זיין צו העפליך און אויפהאלטן יענעם אפילו פאר גוטע צוועקן.
מענטשן זענען העפליך און שלאגן פאר אויב יענער ברויך עפעס צו טרינקען. און ווען יענער זאגט יא, גייט מען זוכן עפעס צו טרינקען מיט א גלעזל, און נאך צעהן מינוט קומט מען צוריק מיט א גלעזל וואסער. עס קען זיין אז ער דארף טאקע צו טרינקען, אבער זיין צייט איז אים וויכטיגער ווי דאס טרינקען. אויב דו ווילסט טאקע טוהן די מצוה בשלימות, ברענג אים גלייך צו א גלעזל וואסער מיטן דאלער אינאיינעם. דאן האסטו אים געגעבן צו טרינקען און נישט אויפגעהאלטן זיין צייט.
אנדערע זענען נאך מער העפליך און רופן יענעם אריין זיך אראפצוזעצן און געבן יענעם עפעס צו עסן. "ווארט נאר א מינוט איך ווארים אן די זופ פאר דיר". דאס איז זייער נישט קיין שיינע זאך צו טוהן. יענער פיהלט זיך שולדיג פאר די געלט וואס דו געבסט אים און ער קען נישט אפווארפן דעם פארלאנג.
ווען מען קען יענעם יא אריינרופן איז אויב יענער בעהט מפורש אז ער וויל זיך אראפזעצן און דו ביזט ביכולת נאכגעבן זיין פארלאנג. אדער אויב דו פלאנסט אים צו געבן עפעס א גרעסערע סכום מער פון עווריטש, דאן האט פשט יענעם אריינצורופן, און מיט די גרעסערע סכום האסטו באצאהלט די צייט וואס ער וואלט געקענט גיין צו אנדערע הייזער.

> הער אויס וואס יענער האט צו זאגן. כאטש עס מאכט סיי ווי נישט אויס, די מינוט וואס דו האסט יענעם געזעהן האסטו שוין אפגעמאכט וויפיל דו ווילסט אים געבן. אבער געב אים כאטש א שטיקל הארץ, מיטן ווייזן כאילו דו ביזט אינטערעסירט צו הערן וואס ער האט צו זאגן. און הערשט דערנאך געב אים דאס געלט.


א מתנה ביים טיר
אין זוהר הק' (וירא ק"ד) שטייט: "וועם דער אייבערשטער האט ליב, שיקט ער אים אן ארימאן צו די טיר". במדה שאדם מודד מודדין לו, ווען מען געבט צדקה פאר אן ארימאן און נאכדערצו ווען מען געבט דאס מיט הארץ און מיט געפיהל, מיט דעם מאכט מען אז דער אייבערשטער זאל דיר אויך געבן וואס דו דארפסט מיט הארץ און מיט געפיהל, בשפע ובניקל. אמאל איז דער מענטש נישט ראוי געהאלפן צו ווערן, שיקט אים דער אייבערשטער אן ארימאן אלס מתנה, און ווען דער מענטש האט שכל און ער נעמט אים אויף שיין, כאטש נישט אייביג איז דער ארימאן ראוי דערצו, דאן וועט דער אייבערשטער -- מדה כנגד מדה -- אויך דיר געבן אפילו דו ביזט נישט ראוי דערצו.

און פארקערט זאגן חז"ל (תמורה ט"ז ע"א) זייער הארב: בשעה שעני הולך אצל בעל הבית ואמר פרנסני. אם מפרנסו מוטב. ואם לאו, עשיר ורש נפגשו עושה כולם ה'. מי שעשאו עשיר לזה עושה אותו עני, עני לזה עושה אותו עשיר. קיינער פארלאנגט נישט אז דו זאלסטיך אויסטוהן דאס העמד פאר אים. אבער געב אים כאטש עפעס, און מיט אסאך הארץ און געפיהל, וואס דאס קאסט דאך נישט קיין געלט.

עס איז באקאנט אז הרה"ק מסאטמאר ז"ל האט זייער שטארק געפאדערט פון זיינע בחורים אז זיי מוזן גיין נאך געלט, און ווען עס איז געווען בחורים וואס האבן געוואלט געבן דאס געלט פון זייער אייגן טאש האט ער עס נישט געוואלט נעמען. איך וויל אז דו זאלסט אליין גיין נאך געלט -- האט ער געזאגט.

היינט זעהנדיג מיט וואסערע זלזול מען גייט זיך אום מיט געלט-גייערס -- כאילו זיי וואלטן געווען ווייסיך וואס -- זעהט מען ווי גערעכט ער איז געווען. נאכדעם וואס דער בחור איז שוין געגאנגען נאך געלט, און גוט געפיהלט דעם טעם, דאן וועט ער שוין גאר אנדערש אויפנעמען איינעם וואס קומט צו זיין טיר.

און באמת האט ער לכאורה געהאט נאך א כוונה ביי דעם. אז די בחורים זאלן זיך צוגעוואוינען צו גיין נאך געלט, און אויב עס וועט זיך אמאל מאכן א ענגע מאמענט, זאלן זיי נישט ווערן פארלוירן און זיך פארשולדיגן פאר די גאנצע שטאט, נאר זיי זאלן האבן די מעגליכקייט צו אויסשטרעקן א האנט און בעטן נדבות. די וועלט זאגט: "מען שטארבט נישט פאר הונגער, מען שטארבט פאר בושה". אנדערע זאגן: "פארוואס איז מען פושט רגל? ווייל מען קען נישט פושט יד זיין". און איינער וואס האט זיך צוגעוואוינט אלס בחור צו גיין נאך געלט, קען ער שוין ענדערש אראפשלינגען דעם ביטערן פיל.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז אין דעם זכות וואס מיר וועלן זיך אויפפירן צו די געלט-גייערס ווי צו נארמאלע מענטשן, זאל מען קיינמאל נישט דארפן צוקומען דערצו. מען זאל אייביג קענען טיילן און נישט דארפן נעמען.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה