יום רביעי, מאי 28, 2014

איך יא, דו נישט

איך יא, דו נישט

עס איז מיר אויסגעקומען לעצטנס מיטצוהאלטן א מקוה-שמועס פון עטליכע אידן וועלכע באלאנגען אלע צו איין קרייז. זיי האבן אויסגעשמועסט די אויפפירונג פון זייער רבי'ן ביי די לעצטע גרויסארטיגע מסיבה וואס איז פארגעקומען אין זייער הויף.

זיי האבן לאו דוקא גערעדט פאזיטיוו לגבי זייער רבי'ן, זיי האבן אויסגעדרוקט אנטריסטונג איבער זייער רבי'ס התנהגות, זיי האבן געהאלטן אז ער האט זיך נישט אויפגעפירט ווי עס פאסט, ער וואלט נישט געדארפט זאגן געוויסע זאכן וואס ער האט געזאגט, און אזוי ווייטער האבן זיי אויסגעשמועסט אז דער רבי איז ארום גענומען מיט אינשי דלא מעלי וואס פירן אים ביי די נאז און דאס פירט אים אין באד אריין. "וואס קען מען טוהן, דער רבי ווערט נישט אינגער, און ער ווייסט נישט גענוי ווי אזוי אומצוגיין מיט די היינטיגע סטאנדארטן" – האט זיך איין חסיד אויסגעדרוקט.

יום רביעי, מאי 07, 2014

וואס זאל מען טוהן, אז עס לערנט זיך נישט?


וואס זאל מען טוהן, אז עס לערנט זיך נישט?

חֶרְפָּתִי - נַפְתָּלִי - יִשְׂמָחוּ - לְנִשְׁבְּרֵי - בְּיַרְכְּתֵי, האט מיין טאכטער'ל צוגעענדיגט זאגן איר עברי צעטל. זייער שיין געזאגט! יעצט קענסטו ארויפלייגן א בלומעלע סטיקער אויף די עברי מיידל, האב איך איר געזאגט. מיט גרויס חשק האט זי ארויפגלייגט דעם סטיקער און גלייך געלאפן שפילן און דערציילן פאר יעדן אז זי האט געזאגט איר ברודער'ס נאמען, נפתלי'קע, אין איר עברי צעטל.

איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן פאר מיין געראטענע טאכטער'ל וואס כאפט ב"ה אויף די עברי אויף אזא שיינעם פארנעם. אבער אויסער די הנאה, האט מיר איר עברי זאגן אויך געגעבן שטאף צו טראכטן.

זי זאגט אפ דעם עברי צעטל. ב"ה אז זי כאפט אויף און זי קען גוט אלע כללים. אבער זי האט נישט קיין אהנונג פון די באדייט פון די ווערטער. און די וואס האבן אהער געשטעלט דעם עברי צעטל האבן ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו זעהן אז איין ווארט זאל קלעבן מיטן צווייטן, נאר אז אויפן זעלבן בלעטל זאלן זיך געפינען אלע כללים וואס מען האלט יעצט אינמיטן חזר'ן.

שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער הויבן זיי אן צו זאגן אויך תהלים. אויך ווייטער מיט די הדגשה אז זיי זאלן גוט און פליסיג קענען די עברי, אן די מינדעסטע כוונה אז זיי זאלן עפעס פארשטיין וואס זיי זאגן דארט.

מיט די יארן, נאכדעם וואס מען קען שוין גוט די עברי פונעם דאווענען, הויבט מען אן צו לערנען אביסל די טייטש פונעם דאווענען. אבער די דיו כתובה על נייר חדש, דאס וואס מען האט אויסגעלערנט אינגערהייט די עברי, דאס בלייבט ווייטער. דאס דאווענען איז איין זאך, מען דארף דאן זאגן בלויז די עברי וואס שטייט אין סידור. און די טייטש איז א צווייטע זאך, דאס איז געמאכט געווארן צו קענען באקומען א גוטע צייכן אויף די טייטש פארהער.

דאס איז נישט נאר אלס קינד. ביי די גרויסע טאטעס איז די זעלבע מעשה. א איד ווייסט אז אינדערפרי דארף ער לויפן אין שוהל דאווענען שחרית, אינמיטן טאג אריינכאפן א מנחה, און ביינאכט, אויסגעמוטשטערהייט כאפט מען א מעריב. קוים וואס מען ווייסט וואס מען זאגט. אוודאי זענען דא געהויבענע אידן וואס דאס דאווענען איז זייער חיות, זיי לעבן מיט די ווערטער וואס זיי זאגן. אבער איך רעדט פון פשוטע עמך אידן, זיי ווייסן אז זיי דארפן עפענען דעם סידור, אפזאגן די עברי וואס שטייט דארט, און מיט דעם איז דער אייבערשטער צופרידן מיט זיי.