יום שישי, מרץ 07, 2014

געדענקן און פארגעסן

געדענקן און פארגעסן

געדענקן זאכן וואס מען האט געזעהן געהערט אדער געליינט איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געשאנקן, דאס העלפט אונז מאכן החלטות אין לעבן, דאס מאכט אז מיר זאלן קענען לעבן מיט אנדערע מענטשן און מיט זיך אליין, מען איז אזוי צוגעוואוינט דערצו אז מען כאפט נישט וואסערע מתנה דאס איז, ביז ווען מען זעהט אן עלטערע איד וואס הייבט שוין אן נעבעך צו פארגעסן, און מען זעהט ווי שווער דאס מאכט פאר אים און פאר אלע זיינע ארומיגע, דעמאלט כאפט מען ווי שטארק מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז מען קען געדענקן.

דאס געדענקן ווערט איינגעטיילט אין דריי חלקים.
דאס ערשטע איז ווען מען זעהט אדער מען הערט א זאך אן צופיל אריינטראכטן, ווערט דאס אריינגעפיקטשערט אין מח. די צווייטע איז די "קורצע-טערמין געדענקן" ווי למשל ווען מען וויל געדענקן א טעלעפאן נומער פאר איין מינוט ביז מען לייגט עס אריין אין די פאון. און דערנאך איז דא די "לאנג-טערמין געדענקן" דאס איז זאכן וואס מען חזר'ט איין און מען וויל דאס געדענקן פאר א לענגערע צייט.
ווען עס קומט צו פארגעסן, איז פארשטייט זיך די ערשטע חלק וואס ווערט די שנעלסטע פארגעסן, דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל מען האט עס פארגעסן, נאר ווייל מען האט עס קיינמאל נישט געדענקט, מען האט עס קיינמאל נישט פרובירט צו סטארידשן אין מח, און די זעלבע די צווייטע חלק, א זאך וואס מען וויל נישט געדענקן פאר צו לאנג, ווערט אויך פארגעסן גאנץ שנעל, ווייל עס איז קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין די טיפע קעמערלעך פונעם מח.
ווען מען קומט ארויס פון שוהל נאך שחרית און מען קען זיך נישט דערמאנען וואו מען האט געלייגט די קאר, און מען רעגט זיך אויף זיך אליין "פארוואס דארף איך אלעמאל פארגעסן?!" דאס איז נישט ווייל מען האט פארגעסן, נאר ווייל מען האט לכתחילה נישט צוגעלייגט קאפ צו געדענקן וואו מען האט עס געלייגט. ווען מען פרעגט איינעם וואס האט דער בעל-דרשן ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה, און מען קען זיך נישט דערמאנען, מוז נישט זיין ווייל מען האט פארגעסן, נאר עס איז גאנץ מעגליך אז דער בעל-דרשן האט בכלל נישט גערעדט אן אינטערעסאנטע נושא, אזוי אז עס איז בכלל נישט אריין קאפ וואס ער האט געזאגט.
אמאל, פאר עס איז געווען סעלפאונס (ווער געדענקט?), האט מען אסאך מער געדענקט טעלעפאן נומערן, פשוט ווייל מען האט עס מער אריינגעלייגט אין מח, און מען האט עס געוואלט געדענקן, משא"כ היינט ווען מען האט סעלפאונס געדענקט מען שוין כמעט נישט קיין נומערן, (אויסער די וואס מען האט שוין געקענט פאר מען האט געהאט דעם סעלפאן), ווייל מען לייגט עס פשוט נישט אריין מח, עס ליגט דאך שוין אין די קאנטאקטס.

אבער דערנאך קומט די ריכטיגע אפטייטש פון פארגעסן, דאס זענען זאכן וואס זענען שוין יא געליגן אין די טיפע קעמערלעך, מען האט עס גוט גע'חזר'ט און געדענקט, און דאס קען מען אויך פארגעסן, איינער מער איינער ווייניגער, אבער יעדער איז געשלאגן מיט שכחה, דורשי רשומות זאגן ש'כן ח'ובת כ'ל ה'יצורים איז די ראשי תיבות "שכחה", דאס אפעקטירט יעדן איינעם פון גרויס ביז קליין.
אבער ווען מען פארגעסט עפעס איז לאו דוקא אז עס איז אינגאנצן אויסגעמעקט געווארן פונעם זכרון, נאר עס איז איבערגעדעקט געווארן מיט פרישע נייע אינפארמאציע, און דער אייבערשטער האט אזוי געמאכט אז די נייע אינפארמאציע דעקט איבער די אלטע און מען געדענקט מער די פרישע, און דאס איז פשוט א גרויסע טובה, אז מען דארף נישט געדענקן אלטע זאכן וואס זענען שוין מער נישט נוגע, מען געדענקט נאר די זאכן וואס מען דארף האבן אויף יעצט.
און צומאל ווען מען זעהט אדער מען הערט א געוויסע זאך וואס האט עפעס א קשר מיט די אלטע זאך וואס מען האט שוין לאנג פארגעסן, וועט יענע זאך ארויף שווימען אויפן אויבערפלאך און מען וועט זיך עס דערמאנען, און בכלל קען מען זיך צומאל דערמאנען גאר אלטע זאכן וואס מען האט שוין לאנג פארגעסן, דאס ווייזט אז קיין שום זאך ווערט נישט אויסגעמעקט פון די זכרון-מעמארי, דער מח האט פלאץ פאר אינפארמעישאן בלי גבול, נאר אלטע זאכן ווערן געסטארעדשט ערגעץ אין די בעק, און עס קען ווערן צומאל ארויס געשלעפט לעת הצורך.

רבי נחמן ברסלבער זאגט (שיחות הר"ן כו) אז ביי די וועלט איז "שכחה" א חסרון, מען רעגט זיך אז מען פארגעסט, אבער ער האלט אז שכחה האט א געוואלדיגע מעלה, אן דעם וואלט א מענטש נישט געקענט אנגיין אין לעבן, עס וואלט אים שטענדיג ארויפגעקומען שלעכטע קאשמארן פון די פארגאנגענהייט, קומט אויס אז דאס איז א גרויסע טובה אז מען פארגעסט, און נאר אזוי קען מען ווייטער ממשיך זיין מיטן לעבן. גזירה על המת שתשתכח מן הלב, און די זעלבע מיט אנדערע צרות ווערט פארגעסן מיט די צייט, און דאס איז א גרויסע טובה.
און ער איז ממשיך אז די זעלבע איז ברוחניות, עס איז אויך א טובה ווען מען פארגעסט אלטע זאכן, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן וואלט ער געווען אינגאנצן צובראכן און ער וואלט נישט געקענט גארנישט טוהן אין עבודת ה'. פונקט דעמאלט ווען א מענטש וויל זיך זעצן לערנען אדער זיך שטעלן דאווענען, קומט דער יצר הרע און דערמאנט אים זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, און דער מענטש מיינט נאך אז דאס איז א גוטע זאך, מען דארף זיין צובראכן אז מען האט געזינדיגט, אבער דער אמת איז אז דאס איז נאר מעשה יצר מיטן ציהל צו צוברעכן דעם מענטש, "איך האב דאך נעכטן געטוהן דאס און דאס, ווי אזוי קען איך נאך יעצט דאווענען?", און כל שכן ווען מען וואלט געדענקט אלעס וואס מען האט אפגעטוהן מיום הוולדו ועד עתה וואלט מען דאך זיכער נישט געקענט אנגיין, און דערפאר דארף מען שטענדיג פארגעסן אלע דורכפעלער וואס מען האט געהאט, און מאכן אייביג א נייע התחלה, אריבערמישן דאס בלעטל און אנהייבן פון דאסניי, נאר אזוי קען מען מצליח זיין.

און אפילו פארגעסן דאס לערנען איז אויך א טובה. אזוי שטייט אין מדרש (קהלת רבה א, יג) אז דערפאר האט דער אייבערשטער געמאכט אז מען זאל פארגעסן דאס לערנען, ווייל אויב נישט וואלט מען געגעבן א לערן אפ די גאנצע תורה אין צוויי דריי יאר, און מער וואלט מען נישט געלערנט, אבער אזוי אז מען פארגעסט דארף מען אייביג לערנען נאכאמאל און נאכאמאל. אין אן אנדערע מדרש (יט, כ) איז דא משל צו איינעם וואס האט געדונגען ארבעטערס אז זיי זאלן אים אנפיהלן א פאס מיט וואסער, און ער וועט זיי צאלן אויף די שעה ביז עס ווערט אנגעפיהלט, אינמיטן גיסן האבן די ארבעטערס באמערקט אז דער פאס איז געלעכערט און די גאנצע וואסער רינט ארויס, האבן א חלק ארבעטערס אויפגעהערט צו גיסן זאגענדיג "וואס האבן מיר צו גיסן, אז עס רינט ממילא ארויס?" אבער איין חכם האט געזאגט "וואס שטערט מיר אז עס גיסט ארויס, איך באקום סיי ווי באצאלט פאר יעדע שעה וואס איך גיס אריין וואסער", און די זעלבע איז ביים אייבערשטן וואס האט געהייסן צו אנפילן דעם קאפ מיט תורה, אבער ער האט אויך געמאכט לעכער ווי די תורה רינט ארויס, און דער חכם זאגט "וואס שטערט עס מיר? איך באקום שכר פאר יעדע ווארט תורה וואס איך לערן". און לעתיד לבוא וועט מען דערמאנען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט.

על כל פנים, "פארגעסן" איז נישט אזא שלעכטע זאך, עס קומט צוניץ צו פארגעסן שלעכטע קאשמארן, מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן פארגעסן א דענטיסט אפוינמענט, פשוט ווייל אפילו עס איז זייער וויכטיג, אבער דאס ברענגט ארויף א נישט בא'טעמ'טע זכרון, קיינער האט נישט ליב צו זיצן אויפן דענטיסט בענקל, נאר מען האט נישט קיין ברירה, און דערפאר קומט עס נישט ארויף אין זכרון.

און דאס וואס מען האט שלעכטע זכרונות פון א טראומא א.ד.ג. וואס מען איז דורך געגאנגען, דאס איז ווייל די זאך האט גאר שטארק מעורר געווען די הרגשים פונעם מענטש, און דערפאר האלט מען עס אין איין איבערטראכטן, און "אז מען חזר'ט געדענקט מען", מען טראכט עס איבער אזויפיל מאל ביז עס ווערט אריינגעקריצט אין זכרון. מען קען זיך טאקע נישט אויסלערנען צו פארגעסן, אבער ווי ווייניגער מען טראכט איבער א שלעכטע זאך וואס עס איז געשעהן, ענדערש מישט מען איבער דאס בלעטל און מען גייט ווייטער, אלץ ווייניגער וועט עס צוריק ארויף קומען אין די שפעטערע יארן. אן עצה צו דעם איז זיך אריינצולייגן דעם מח אין אנדערע זאכן, אין אינטערעסאנטע זאכן וואס אינטערעסירן מער, אזוי פארגעסט מען פון די צרות. אדער זאגן געוויסע אז ווען מען שרייבט אראפ די שווערע זכרונות אויף א פאפיר, דעמאלט דרוקט עס שוין נישט אזוי שטארק אויפן מח.

און דאס קומט אויך צוניץ ביים לערנען מיט קינדער, ביים מחנך זיין קינדער. א זאך וואס דער קינד האט זיך אויסגעלערנט מיט שלעק און מיט פחדים, אפילו יעצט וועט ער עס טוהן ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, אבער ער וועט עס שנעלער פארגעסן ווי א זאך וואס ער האט זיך אויסגעלערנט פרייליכערהייט, און די זעלבע איז ביים לערנען מיטן קינד תורה, א שטיקל גמרא אדער חומש וואס איז אריינגעצווינגען געווארן מיט פעטש, וועט מען אסאך שנעלער פארגעסן ווי א שטיקל וואס מען האט געלערנט מיט געשמאק, מיט א שיינע מעשה אדער משל צו די זייט.
אין חיי מוהר"ן (תלב) שטייט א מעשה אז איד האט געברענגט זיין בר מצוה בחור צו רבי נחמן מברסלב אויף שבת, און ער האט א גאנצע וועג אסאך גע'חזר'ט מיטן בחור ווי אזוי מען מאכט קידוש שבת צופרי, ער האט נישט געוואלט האבן קיין בושות דארט אין שוהל, ער האט גע'חזר'ט מיט אים איינמאל און נאכאמאל, אבער למעשה ווען עס איז געקומען צום קידוש, און דער אינגל האט אנגעהויבן זאגן, איז ער געווארן אינגאנצן צומישט און ער האט נישט געקענט זאגן ווייטער, האט רבי נחמן געזאגט פארן טאטן "האסט מסתמא אסאך געמוטשעט דאס קינד און גע'חזר'ט מיט אים צו זאגן קידוש מיט גרויס פרעשור, און דערפאר געדענקט ער עס נישט. ווען דו וואלסט עס געלערנט מיט אים אויף א לייכטע אופן עטליכע מאל, וואלט ער עס בעסער געדענקט".
און ער איז אריין אין א שמועס אז דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר מלמדים און מחנכים אז מען דארף לערנען מיט קינדער אויף א לייכטע וועג אן קיין פרעשור, און אזוי וועלן די קינדער קענען אסאך בעסער די לימודים, משא"כ ווען מען לערנט ווייל מען האט מורא און מיט די פרעשור אז מען דארף געדענקן, וועט מען עס שנעלער פארגעסן. ער האט געזאגט א ווערטל אז ווען מען לערנט מיטן קינד חומש מיט טייטש, און מען שרייט אן דאס קינד "געדענק שוין! געדענק שוין!" און נאכדעם ווען מען וועט איבערפרעגן דאס קינד, "וואס טייטש די ווארט?" וועט ער ענטפערן אז עס טייטש "געדענק שוין!"...

און צום שלוס לאמיר דערמאנען וואס דער רבי אין חדר פלעגט זאגן "האסט פארגעסן די דברים חומש? און צו עסן פרישטאג האסטו אויך פארגעסן?!" (דא קומט א פראסק), ווייל א זאך וואס מען פיהלט אז פעלט אויס צום לעבן דאס פארגעסט מען נישט. און דאס זאגט דוד המלך אין תהלים "לעולם לא אשכח פקודיך", פארוואס? "כי בם חייתנו" – ווייל דאס איז מיין לעבן!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה