יום חמישי, מרץ 06, 2014

ברסלב, וואס איז דאס?

ברסלב, וואס איז דאס?

א מאדנע פראגע, ווער ווייסט דען נישט וואס ברסלב איז? א כאפטע משוגעים וואס לאזן איבער די ווייבער און פארן אויף אומן, און טאנצן אויף די גאסן מיט צושטרויבלטע פאות.
איך וועל מודה זיין על האמת אז איך האב אויך אזוי געהאלטן אמאל, נישט ממש אזוי, איך האב געשריבן אביסל אן עקסטרעמע משל, אבער עפעס אזא פיקטשער איז מיר געליגן אין קאפ אויף די ברסלבע, איך האב נישט געוואוסט אויב זיי זענען טאקע אינגאנצן משוגע, אדער נאר נישט אינגאנצן נארמאל.

דאס אלעס איז געווען ביז איך האב קענען געלערנט ברסלב פון דער נאנט. ווען איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, האב איך געזעהן אז עס גאר אנדערש פון וואס די גאס קוקט עס אן, נישט סתם אנדערש נאר כרחוק מזרח ממערב איז בכלל נישט קיין משל, ווייל מיט איין דריי איז מען שוין אויף מערב, כי גבהו שמים מארץ איז אויך נישט גענוג ווייט, ווי ווייט עס איז פון די אמת'ע ברסלב ביז די וועג ווי אזוי די גאס קוקט אן ברסלב.

פארוואס קוקט מען אן טאקע ברסלבע פאר משוגעים?
די סיבה איז זייער פשוט, ווען הערט א מענטש פון ברסלב? געווענטליך נאך ראש השנה ווען מען ליינט די צייטונגען, און זיי ברענגן שיינע בילדער פון ראש השנה אין אומן, און מען זעהט דארט אלע מיני מאדנע מענטשן, דערפאר גייט אריין אין קאפ אז דאס איז ברסלב. נו וואס דען זאלן די צייטונגען ברענגען בילדער? פון אידן וואס זיצן ביים ציון און וויינען זיך אויס? פון אידן וואס דאווענען מיט השתפכות הנפש? פון אידן וואס זיצן אין די לערן שטיבלעך און לערנען פלייסיג אדער הערן אויס א שיעור? דאס איז דאך דא ערגעץ אנדערש אויך, ממילא זוכט מען די אינטערעסאנטע בילדער וואס דער עולם וועט הנאה האבן, א בילד ווי איינער טאנצט אויפ'ן גאס, א בילד ווי איינער שטייט אויפ'ן דאך, א בילד ווי איינער שלאפט אויף א רענצל, וכדומה, און דאס איז איינ'ס פון די הויפט סיבות פארן אראפקוקן ברסלב, און איך האלט אז די צייטונגען וועלן אפגעבן א דין וחשבון אויף דעם.

אבער למעשה איז דאך דא משוגעים דארט, אויב נישט וואלט מען דאך נישט געקענט כאפן די בילדער?
כדי דאס צו פארשטיין דארף איך מקדים זיין וואס ברסלב איז בכלל.
ברסלב איז נישט קיין חסידות, ברסלב איז א מהלך החיים, און דערפאר איז דא אין אלע חסידות'ן ברסלבע אידן, און זיי בלייבן נאך אלץ פון יענע חסידות, ווייל ברסלב איז נישט קיין סתירה מיט קיין איין חסידות, עס איז א מהלך וואס רבי נחמן האט אראפגעשריבן אין זיינע ספרים, און ווער עס וויל קען עס פראקטיצירן, און ווער עס טוט עס האט געווענטליך א געשמאקע לעבן.
און אין ברסלב איז אויך דא רבי'ס היינט צו טאג'ס, נישט אזוי ווי מען מיינט אז נאך רבי נחמן איז שוין נישטא קיין רבי'ס, נאר אנשטאט זיי רופן רבי'ס רופט מען זיי משפיעים, און די סיבה דערצו איז, ווייל "דער רבי" רופט מען רבי נחמן, און די משפיעים זענען אזעלכע וואס האבן גוט געלערנט זיינע ספרים און עס פראקטיצירט און זיי געבן עס איבער ווייטער.
עס זענען דא צענדליגע משפיעים אין ברסלב, יעדער האט זיך זיין אייגנארטיגע מהלך, אבער אלעס באציעט זיך אויף רבי נחמן'ס ספרים, און יעדער ברענגט עס ארויס אויף אביסל אן אנדערע וועג, אבער אין די יסודות זענען אלע די זעלבע.
איין פראבלעם איז נאר דא אין ברסלב, אז די המשכה גייט נישט אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי היינטיגע חסידות'ן פון טאטן צום קינד, ווען דער טאטע ווערט נפטר, ווערט זיין זוהן רבי, אין ברסלב ארבעט עס מער אויף די אלטע וועג אז א תלמיד נעמט איבער, אבער אזוי ווי עס איז שוין מער פון 200 יאר פון רבי נחמן, ממילא היינט הייסט יעדער וואס לערנט זיינע ספרים א תלמיד פון אים, און ער געבט עס ווייטער איבער, און אין דעם איז אויך דא על טעם וריח, יעדער גייט צו וועלכע משפיע עס איז אים צום הארצן, און ער פילט אז דארט וועט ער באקומען מער חיות און געשמאק.
און דערפאר, אזוי ווי עס האט נישט קיין רבי'שע הויף, עס האט נישט קיין לעצטע-נאמען משפחה, וועגן דעם איז עס א שטח הפקר, און יעדער מאן דהוא קען זיך רופן ברסלב, און דו קענסט אים נישט אפפרעגן, און פון דעם שטאמט די משוגעים וואס האבן זיך אנגעקלעבט אין ברסלב, און גראדע זענען זיי גאר גאר א קליינע פראצענט פון ברסלב, נאר אזוי ווי זיי שטארן מער ארויס, הערט מען מער פון זיי, משא"כ א איד וואס זיצט אין די זייט און ער לערנט ספרי ברסלב, און איז מקיים וואס דארט שטייט, ווער זאל דען הערן פון אים?

דו זאגסט אז זיי זענען נישט די ריכטיגע ברסלבע; ווער זאגט? זיי זאגן דאך די זעלבע אויף דיר?
אזוי ווי פריער געזאגט איז ברסלב א מהלך החיים אויסגעשטעלט לויט די תורות און שמועסן וואס רבי נחמן שרייבט אין זיינע ספרים, און דערפאר קען מען גלייך זעהן אויב איינער איז אן אמת'ער ברסלבער, אדער ער רופט זיך נאר אזוי, פרעג אים: "די זאכן וואס דו טוסט, שטייט אין די ברסלבע ספרים? קענסטו מיר עס ווייזן פון אינעווייניג?" אויב ווייסט ער עס איז ער א ברסלבער, און אויב נישט האט ער מיט ברסלב קיין שייכות נישט, והוא פשוט.

וואס איז א רבי?
רבי נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן אז עס זענען דא מענטשן וואס זאגן: "פארוואס דארף איך זוכן א גרויסער צדיק און ערליכער איד צו גיין צו אים? איך קען דאך גיין צו סיי וועלכן חשובער איד און זיך לערנען פון אים, קודם זאל כאטש זיין אזוי ווי אים" זאגט אויף דעם רבי נחמן אז דאס איז א טעות, ווייל א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, ער היילט דעם מענטש און געבט אים די ריכטיגע דייעטע צו זיין געזונט ברוחניות, יעצט ווען א מענטש וועט זאגן "פארוואס דארף איך נעמען א גרויסן דאקטער, לאמיך נעמען א קליינעם דאקטער, (זיין טאטע איז דאך געווען א גרויסער דאקטער) קודם זאל איך זיין אזוי געזונט ווי אים" דאס איז דאך זייער נאריש גערעדט, וואס האב איך פון דעם אז ער איז געזונט? איך וויל אז ער מיר אויך קענען מאכן געזונט, און די זעלבע איז מיט א רבי, ער דארף מיר קענען אויסהיילן ברוחניות, און פון דעם וואס ער איז ערליך האב איך גארנישט, ער דארף מיר אויך מאכן ערליך.
און מיט דעם האט זיך זייער שטארק געטוישט די דרך החסידות, אמאל האט מען געזוכט א רבי מער פאר די סיבה פאר א רוחניות'דיגע דאקטער, און דערפאר איז רבי'סטעווע אריבער געגאנגען צו א תלמיד וואס האט דאס מערסטע געטויגט צו דעם, משא"כ היינט איז געווארן עפעס אן אנדערע מושג אין חסידות, עס איז נישט קיין כלל ביי אלע, אבער ביי אסאך חסידות איז דער עיקר צו קוקן אויף דעם רבי'נס הייליגע צורה, כאפן שיריים, נעמען א ברכה וכדו', און איך רעד אפילו ווען דער רבי איז באמת א צדיק, און עס איז טאקע ווערט צו נעמען א ברכה פון אים, אבער דאס מיינט א "צדיק", און נישט קיין "רבי", א רבי דארף געבן הדרכה פאר זיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו פירן.
(רבי נחמן זאגט גראדע אויך אז אפילו א פאלשע רבי איז אויך א גוטע זאך, ווייל ווי נישט ווי האלטן זיי דעם עולם אין די ראמען, אבער דאס איז נישט די ריכטיגע לכתחילה'דיגער וועג)
און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל היימישע אידן ווערן נעבעך פארכאפט אין ברסלב, עלטערן עסן זיך אויף דאס געזונט, "מיין קינד איז געווארן א ברסלבער רח"ל", נו וואס זאל דער קינד טוהן אז ער דארף אביסל סיפוק, ער וויל הערן עפעס צו די זאך, עפעס וואס רעדט צו זיין נשמה, און דא האט ער געטראפן ברסלב וואס געבט הדרכות, וואס געבט א מהלך החיים, האט ער זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב.

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה