יום חמישי, מרץ 06, 2014

אמונה, תפלה, און התבודדות.

אמונה, תפלה, און התבודדות.


איך האב שוין געשריבן אין די הקדמה דאס וואס רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"א ל) אז א רבי איז אזוי ווי א דאקטער, דאס הייסט אז ער היילט מענטשן ברוחניות, ער איז מסביר באריכות אז א גרעסערע רבי איז נישט איינער וואס איז א גרעסערע צדיק, ער איז מער ערליך און הייליג, נאר איינער וואס קען מער ארויס העלפן מענטשן און "זיי" מאכן מער ערליך און הייליג.
אזוי שרייבט ער אויך אין נאך פלעצער (ליק"מ ח"ב ז - סח), אז די גרויסקייט פון א רבי ווענדט זיך ווי מער ער קען זיך אראפלאזן צו פשוטע מענטשן און זיי אויך אויפהייבן, נישט ווי מענטשן מיינען אז ווי מער דער צדיק איז ווייט פון די וועלט, און ווי ווייניגער ער ווייסט וואס טוט זיך אויף די וועלט איז ער מער גרעסער, נאר פונקט פארקערט, ווי מער ער ווייסט און פארשטייט וואס טוט זיך אויף די וועלט און ער פארשטייט ווי אזוי צו רעדן צו די פשוט'סטע און נידריגסטע מענטשן אויף די וועלט, אלץ גרעסער איז ער, און פארקערט אויך, ווי גרעסער ער איז, אלץ מער פארשטייט ער צו די נידריגסטע מענטשן, אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער וואס איז דער גרעסטער וואס איז נאר שייך, און ער פירט די גאנצע וועלט בהשגחה פרטית, פון די גרעסטע ביז די נידריגסטע ברואים, און אזוי געפינען מיר אין חז"ל (בבא בתרא, פט) "על כולן אמר רבן יוחנן בן זכאי: אוי לי אם אומר, אוי לי אם לא אומר. אם אומר – שמא ילמדו הרמאין. ואם לא אומר – שמא יאמרו הרמאין: אין תלמידי חכמים בקיאין במעשה ידינו", אז ער האט זיך אזוי שטארק אויסגעקענט מיט די נידריגע פאפערייען, אז ער האט מורא געהאט אז די פאפער'ס וועלן זיך גאר לערנען פון אים פאפעריי.
און די נקודה זעהט מען זייער שטארק אין ספרי רבי נחמן אז דאס איז טאקע געווען זיין ציהל צו לערנען אויך מיט די נידריגסטע מענטשן, און זיי אויך צוברענגן צו די גרעסטע מדריגות.

אמונה
רבי נחמן זאגט (שיחות הר"ן ל"ג) "ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, מען רעדט נישט אזוי סאך דערפון, אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, און וואסערע אמונה? אזוי ווי פרויען און קליינע קינדער, וואס גלייבן אין באשעפער בתמימות ופשיטות".
די ווערטער איז דער יסוד און דער בריח התיכון פון אלע רבי נחמנ'ס ספרים, יא, די פשוטע אמונה, איי וועסטו פרעגן דאס איז דאך א פשוטע זאך? האט ער שוין טאקע מקדים געווען אז עס איז א טאקע א פשוטע זאך אבער "ביי מיר איז עס די גרעסטע זאך"
און ווען מען לערנט רבי נחמנ'ס ספרים, און ווי איר וועט ווייטער זעהן אינעם המשך, איז אין דעם דא זייער אסאך צו רעדן און טוהן, און פון דעם קומט ארויס גאר אסאך סניפים און ענינים, און דאס טוט רבי נחמן אין אלע זיינע ספרים ער צוברייטערט די פשוטע זאך אויף גאר א גרויסע פארנעם, מיט גאר אסאך עצות און חיזוק, און ווען מען האט שוין גוט ארויס די "פשוטע" זאך, און מען לעבט מיט דעם, האט מען א געשמאקע לעבן ברוחניות ובגשמיות, אשריך בעולם הזה וטוב לך בעולם הבא!

תפלה והתבודדות
דער ערשטער סניף פון אמונה איז התבודדות, התבודדות ווערט אנגערופן אין רבי נחמנ'ס ספרים, ווען א מענטש רעדט צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך אזוי ווי א מענטש רעדט צו זיין גוטע חבר, ווען א מענטש האט א שטארקע אמונה, ער גלייבט און ווייסט אז דער אייבערשטער איז איבעראל, ער פירט אים ביי טריט און שריט, און ער איז שטענדיג נעבן אים, וועט ער אוטאמאטיש אנהייבן רעדן צו אים.
לאמיר נעמען א משל, ווען א מענטש פארט אויף א באס א שטיקל נסיעה, לאמיר זאגן פון בארא-פארק קיין מאנסי, און ער זיצט נעבן א צווייטן, וועלן די צוויי שכנים געווענטליך עפעס אויסטוישן ווערטער צווישן זיך במשך די וועג, און זיכער ווען מען פארט א לענגערע וועג ווי למשל קיין קאנאדא, איז מער דא אויסזיוכטן אז די צוויי זאלן זיך צונויף שמועסן, און נאך מער ווען מען פארט מיט אן ערעפלאן קיין ארץ ישראל, איז זיכער אז צוויי שכנים אויפ'ן פליגער וועלן שמועסן אויפ'ן וועג; און וואס איז מיט צוויי בחורים וואס שלאפן אין איין שטוב אין דארמעטארי? און א מאן און ווייב וואס לעבן צוזאמען פאר יארן אין איין הויז? אויב זיי רעדן נישט איינער צום צווייטן, זענען זיי אדער קראנק אדער משוגע.
ולפי זה ווען א מענטש זאל גלייבן אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים מיום הוולדו ועד עתה, ער איז יעדע רגע און סעקונדע נעבן אים, וואלט ער דאך זיכער גערעדט צו אים, און דערפאר איז אמונה און התבודדות געקניפט און געבינדען.
אבער די שטעקן האט צוויי עקן, למעשה איז דא א בחירה אויף די וועלט, און מען זעהט נישט אויבן אויף אז דער אייבערשטער איז דא מיט אונז שטענדיג, דאס מאכט אז די אמונה זאל נישט זיין אזוי שטארק, און אוטאמאטיש רעדט מען נישט צום אייבערשטן.
און דאס איז דער חידוש וואס רבי נחמן איז מגלה (נישט ממש א חידוש, עס איז געווען פארדעם אויך נאר ער האט עס "מחדש" געווען - ד.ה. "באנייעט", ווי שפעטער ערקלערט) אז דו זאלסט קודם אנהייבן רעדן צום אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, און דאס וועט ברענגן אז דו זאלסט באקומען א קלארע אמונה, ווייל ווי מער דו רעדסט צום אייבערשטן, אלץ מער ווערט אויסגעקלארט דיין אמונה אז דער אייבערשטער איז טאקע איבעראל, און פירט אלעס, מיט דיר צוזאמען.

די טייטש פון התבודדות
התבודדות אין ברסלב מיינט צו לעבן מיטן אייבערשטן, מען שטייט אויף אינדערפרי זאגט מען פארן אייבערשטן "ש'כח אז דו האסט מיר צוריק געגעבן מיין נשמה, העלף מיר אז איך זאל היינט האבן א גוטע געשמאקע טאג", מען גייט אין מקוה "באשעפער העלף אז איך זאל האבן א גוטע פלאץ און א גוטע האנטוך, די מקוה זאל זיין זויבער, די שויער זאל זיין הייס און געשמאק", ווייטער "איך זאל טרעפן א גוטע מנין, דער בעל תפלה זאל מיר נישט גיין אויף נערווען", אין דזשאב, "באשעפער, דער בעל הבית זאל נישט שרייען אויף מיר, די ארבעטער'ס זאלן מאכן א גוטן דזשאב", אין קאר, "עס זאל נישט געשעהן קיין עקסידענ'ס, א פאליס זאל מיר נישט אפשטעלן", ליידיגע צייט, "באשעפער העלף אז איך זאל מצליח זיין מיט מיין שרייבן, איך זאל שרייבן גוט און צו די זאך, און דער עולם זאל הנאה האבן", א.א.וו.
דאס זענען עטליכע קליינע משלים פון א איד וואס מאכט התבודדות, ער לעבט מיטן אייבערשטן ביי טריט און שריט יעדע זאך וואס ער טוט סיי ווי, שמועסט ער אויס מיטן אייבערשטן, און ער בעהט אים אז ער זאל מצליח זיין, און דאס רעדט מען - פארשטייט זיך - שטילערהייט, קיינער הערט נישט, קיינער ווייסט נישט, קיינער זעהט נישט.

נאכדעם איז דא די חלק התבודדות אויף רוחניות.
צופרי, "באשעפער העלף מיר אז היינט זאל איך זיין וואויל און ערליך, איך זאל קיינעם נישט טשעפענען, קיינער זאל מיר נישט טשעפנען", אויפ'ן גאס "באשעפער, איך זאל נישט קוקן ווי מען טאר נישט", "אוי באשעפער איך האב מיר נישט געקענט איינהאלטן, איך האב יא געקוקט, זיי מיר מוחל, העלף מיר אז פון יעצט זאל איך עס מער נישט טוהן", ביינאכט, "באשעפער היינטיגע טאג איז נישט געווען אזוי די בעסט, איך בין דורגעפאלן מיט דעם און מיט יענץ, זיי מיר מוחל, העלף מיר אז פון יעצט זאל איך עס מער נישט טוהן, פון יעצט זאל איך שוין זיין אן ערליכער איד". וכו' וכדו'
דאס זענען ווייטער נאר קליינע משלים וואס יעדער קען אויסברייטערן לפי המצב והזמן.

און נאכדעם איז דא אין התבודדות די חלק פון הודי' פון לויבן און דאנקן.
"ש'כח באשעפער אז די קאווע איז גוט געלונגען" "שכ'ח אייבערשטער אז איך האב געכאפט די לייט" "שכ'ח אייבערשטער אז מיין ווייב איז היינט אין א גוטע מוט" "שכ'ח אייבערשטער אז איך האב געמאכט א גוטן דיל", וכו' וכו'.
(מקורות: ליק"מ ח"ב כה, שיחות הר"ן רל"ג, חיי מוהר"ן תקכ"ז, רל"ז, רל"ט, ועוד הרבה)

שרייען אין וואלד?
ביי געוויסע מענטשן איז אנגענומען אז ברסלבע התבודדות מיינט, צו גיין אין א וואלד אינמיטן די נאכט און שרייען מיט קולי קולות צום אייבערשטן.
דאס איז א טעות מוחלט!
עס איז אמת אז עס איז דא א תורה אין ליקוטי מוהר"ן (ליק"מ ח"א נב) וואס ווערט דערמאנט דעם ענין, אבער נישט "דאס" מיינט התבודדות, רבי נחמן זאגט דארט אז עס איז דא אן ענין פון גיין ביינאכט אויף א פלאץ וואס עס דרייען זיך דארט נישט קיין מענטשן אפילו בייטאג, און דארט זיך אויסשרייען צום אייבערשטן, דאס איז א גוטע זאך ווען איינער קען עס טוהן פון מאל צו מאל, ער האט די געלעגנהייט דאס צו טוהן, און אודאי מוז עס זיין אויף א וועג אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון, ווייל אויב יא שרייסטו נאר אז יענער זאל הערן נישט צום אייבערשטן מיט אן אמת.
התבודדות מיינט נאר רעדן צום אייבערשטן און לעבן מיטן אייבערשטן אזוי איך האב פריער געברענגט עטליכע משלים.
און דאס קען יעדער מענטש טוהן, די עצה רעדט סיי צו דעם גרעסטן צדיק און סיי צום גרעסטן רשע, דער גרעסטער צדיק בעהט דעם אייבערשטן אז ער זאל זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגות און צו רוח הקודש, און דער גרעסטער רשע בעהט דעם אייבערשטער אז זיין גניבה זאל גוט געלונגען, בכל דרכיך דעהו אפילו לדבר עבירה, גנבא אפום מחתרתא רחמנא קריא, און יעדער אינצווישן בעהט וואס ער וויל פונעם אייבערשטן, אויף זיין שפראך און לויט זיין מצב, און לויט זיינע רצונות.

כי זה "כל" האדם
רבי נחמן (ליק"מ ח"ב יט) טייטשט דעם פסוק כי זה כל האדם, אז עס מוז זיין אז דעם אייבערשטנ'ס רצון פון באשאפן די וועלט איז בעיקר נאר צו טוהן מצות מעשיות, און נישט צו עוסק זיין בחקירות צו פארשטיין אלעס פונקטליך, ווייל אויב וואלט דאס געווען אמת, וואלטן נאר א קליינע פראצענט מענטשן געקענט צוקומען צום תכלית, ווייל רוב מענטשן זענען נישט אזוי קלוג צו פארשטיין אלע חקירות, און דאס זאגט דער פסוק: סוף דבר הכל נשמע - דער סוף דבר איז אז, את אלקים ירא ואת מצותיו שמור - צו היטן פשוט די מצות מעשיות, פארוואס? כי זה "כל" האדם - ווייל דאס קען "יעדער" מענטש טוהן, מען דארף נישט זיין קלוג דערצו.
און די זעלבע איז אויך מיט רבי נחמנ'ס תורות אליינ'ס, זיין יסוד פון התבודדות איז אוועק געשטעלט פארן פשוטסטן און נידריגסטן מענטש, אז ער קען אויך רעדן צום אייבערשטן, ווי ער וויל און ווי אזוי ער וויל, אויף די נידריגסטן וועג.
אין איין ווארט כגמול עלי אמו דער באשעפער איז אזוי ווי א הארציגע מאמע, ווען איך דארף עפעס ווענד איך זיך צו איר און זי העלפט מיר, און אפילו ווען דאס קינד איז פארשמירט האט די מאמע נישט קיין פראבלעם דערמיט, זי וועט אים נעמען און אפוואשן און אנטוהן פרישע וועש (ליק"מ ח"א עח).

וואס זאל איך רעדן?
וואס נישט? יעדע זאך וואס מאכט דיך טרויעריג/פרייליך, רעד עס אויס צום אייבערשטן, ווי צו א מאמע, ווי צו רבי, ווי צו א גוטער פריינד, און אויף די זעלבע וועג ווי אזוי דו רעדסט צו זיי, מען דארף נישט וויינען ווען מען רעדט צום אייבערשטן, אודאי איז דא אמאל וואס עס דרוקט אזוי שטארק אז עס קומט צו וויינען, אבער אויב עס קומט נישט צו וויינען איז נישט אינטערעסאנט זיך צו דרוקן צו וויינען, עס נעמט אוועק פונעם אמת (ליק"מ ח"ב צה), מ ען דארף נישט האב קיין התעוררות ביים רעדן, מען קען רעדן קאלטערהייט (ליק"מ ח"ב צח), די גרויסקייט ליגט אין ווי מער אמת עס ליגט דערין, מיט ווי מער אמת מען זאגט עס, אפיל נאר צוויי ווערטער "באשעפער העלף", ווען מען זאגט עס מיט אן אמת, ברעכט עס דורך אלע טירן און טויערן און מען ווערט געהאלפן (ליק"מ ח"א קיב).

דאס איז די וועג צום אייבערשטן!
רבי נחמן שרייבט (ליק"מ ח"ב ק) אז ער האט גערעדט מיט אסאך צדיקים און זיי אלע האבן אים געזאגט אז די וועג ווי אזו זיי זענען געווארן צדיקים איז געווען נאר דורך רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, און אויף זיך אליינ'ס האט ער דערציילט אז אלץ קינד האט ער פרובירט צו טוהן אלע מיני סיגופים ווייל ער האט געוואלט זיין אן ערליכער איד, אבער נאכדעם איז ער געוואויר געווארן אז די איינציגסטע וועג צו ווערן א צדיק איז נאר דורכ'ן רעדן צום אייבערשטן.

און דערפאר קען יעדער מענטש שוין יעצט אנהייבן צו טוהן די עצה, און אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, שטודיעס ווייזן אז מען מוז אפילו נישט ווערן קיין ברסלבער דערפאר, מען קען עס טוהן אפילו אן ווערן א ברסלבער, און מען דארף נישט טוישן גארנישט פון די מהלך החיים פון וואס מען האט געטוהן ביז יעצט, אלעס קען גיין ווייטער כאילו לא היה, נאר איין זאך, אז אין אלע זאכן וואס מיר טוען, לייגן מיר אריין דעם אייבערשטן, און מיר שמועסן זיך דורך מיט אים.

דערפאר איז נעבעך דא אזויפיל אידן וואס ווערן פארכאפט אין ברסלב, עס איז א גרינגע און געשמאקע וועג צוצוקומען צום אייבערשטן, מען דארף פשוט רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, ממש א מחי', אבער מען כאפט נישט אז ווען מען הייבט עס אן צו טוהן, מען הייבט אן צו רעדן צום אייבערשטן פון סיי וואס מען וויל, ווערט מען צוביסלעך נענטער צום אייבערשטן, מען הייבט אן צו פילן א געשמאק אין תורה ומצות, און מען ווערט אן פשוטער ערליכער איד, דאס לעבן גייט ווייטער אזוי ווי פריער, מען ווערט נישט מער צוקנייטשט און איינגעבויגן, אבער דאס הארץ איז מיטן אייבערשטן, און דאס לעבן איז מיטן אייבערשטן!

אין תגובות:

הוסף רשומת תגובה