וואס זאל מען טוהן, אז עס לערנט זיך נישט?
חֶרְפָּתִי - נַפְתָּלִי - יִשְׂמָחוּ - לְנִשְׁבְּרֵי - בְּיַרְכְּתֵי, האט מיין טאכטער'ל צוגעענדיגט זאגן איר עברי צעטל. זייער שיין געזאגט! יעצט קענסטו ארויפלייגן א בלומעלע סטיקער אויף די עברי מיידל, האב איך איר געזאגט. מיט גרויס חשק האט זי ארויפגלייגט דעם סטיקער און גלייך געלאפן שפילן און דערציילן פאר יעדן אז זי האט געזאגט איר ברודער'ס נאמען, נפתלי'קע, אין איר עברי צעטל.
איך האב געדאנקט דעם אייבערשטן פאר מיין געראטענע טאכטער'ל וואס כאפט ב"ה אויף די עברי אויף אזא שיינעם פארנעם. אבער אויסער די הנאה, האט מיר איר עברי זאגן אויך געגעבן שטאף צו טראכטן.
זי זאגט אפ דעם עברי צעטל. ב"ה אז זי כאפט אויף און זי קען גוט אלע כללים. אבער זי האט נישט קיין אהנונג פון די באדייט פון די ווערטער. און די וואס האבן אהער געשטעלט דעם עברי צעטל האבן ניטאמאל געפינען פאר וויכטיג צו זעהן אז איין ווארט זאל קלעבן מיטן צווייטן, נאר אז אויפן זעלבן בלעטל זאלן זיך געפינען אלע כללים וואס מען האלט יעצט אינמיטן חזר'ן.
שפעטער ווען די קינדער ווערן גרעסער הויבן זיי אן צו זאגן אויך תהלים. אויך ווייטער מיט די הדגשה אז זיי זאלן גוט און פליסיג קענען די עברי, אן די מינדעסטע כוונה אז זיי זאלן עפעס פארשטיין וואס זיי זאגן דארט.
מיט די יארן, נאכדעם וואס מען קען שוין גוט די עברי פונעם דאווענען, הויבט מען אן צו לערנען אביסל די טייטש פונעם דאווענען. אבער די דיו כתובה על נייר חדש, דאס וואס מען האט אויסגעלערנט אינגערהייט די עברי, דאס בלייבט ווייטער. דאס דאווענען איז איין זאך, מען דארף דאן זאגן בלויז די עברי וואס שטייט אין סידור. און די טייטש איז א צווייטע זאך, דאס איז געמאכט געווארן צו קענען באקומען א גוטע צייכן אויף די טייטש פארהער.
דאס איז נישט נאר אלס קינד. ביי די גרויסע טאטעס איז די זעלבע מעשה. א איד ווייסט אז אינדערפרי דארף ער לויפן אין שוהל דאווענען שחרית, אינמיטן טאג אריינכאפן א מנחה, און ביינאכט, אויסגעמוטשטערהייט כאפט מען א מעריב. קוים וואס מען ווייסט וואס מען זאגט. אוודאי זענען דא געהויבענע אידן וואס דאס דאווענען איז זייער חיות, זיי לעבן מיט די ווערטער וואס זיי זאגן. אבער איך רעדט פון פשוטע עמך אידן, זיי ווייסן אז זיי דארפן עפענען דעם סידור, אפזאגן די עברי וואס שטייט דארט, און מיט דעם איז דער אייבערשטער צופרידן מיט זיי.