יום שישי, מרץ 07, 2014

דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית

דערציילן מעשיות פון השגחה פרטית

די ערשטע מצוה פון די עשרת הדברות איז אמונה בה' – צו גלייבן אין באשעפער. דער רמב"ם רעכנט דאס פון די תרי"ג מצות, אבער דער רמב"ן איז מחולק, ער האלט אז דאס איז נישט פון די מנין המצות, ווייל דאס איז נאך פאר די מצות, מען קען נישט הייסן טוהן מצות פאר מען גלייבט אז עס דא א מְצַוֶה, איינער וואס הייסט עס טוהן. אנדערע ראשונים גייען אויך מיטן רמב"ן מיט די טענה אז אמונה איז נישט א זאך וואס מען קען הייסן א מענטש, דאס דארף זיין - נאך פאר אלעס - מושרש אינעם מענטש צו גלייבן אין באשעפער, און דאן קען מען רעדן פון קיום המצוות.
דאס איז יעדער מודה אז א איד דארף גלייבן. אדער איז עס פון תרי"ג, אדער איז עס די שורש נאך קדמה לתרי"ג. אבער די פריערדיגע קשיא בלייבט נאך אלץ שווער, למעשה ווי אזוי קען מען הייסן א מענטש גלייבן?

די פאקט איז אז דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט מיט א בחירה, דער אייבערשטער איז באהאלטן און מען קען נישט אויפווייזן מיט ראיות חותכות אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, ווייל איינמאל עס ווערט אויפגעוויזן איז שוין נישטא קיין בחירה. דער ציהל פארוואס דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט איז אז דער מענטש זאל זיך געפינען אין אן עולם השקר, מען זעהט און מען פיהלט גארנישט, און פון דעסט וועגן דערהאלט מען זיך און מען גלייבט אין באשעפער. דאס איז "אמונה פשוטה", איך ווייס גארנישט און איך זעה גארנישט און דאך גלייב איך.

פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

פרשת שמו"ת לערנט אונז, כל המוסיף גורע!

אלס חכם עדיף מנביא, ווייס איך שוין די תורה וואס מיינע אינגלעך וועלן זאגן דעם שבת ביים טיש. דער אינגערער וועט זאגן פון לבוש: "ואלה שמות איז די ר"ת, ו'חייב א'דם ל'העביר ה'סדרה ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום", דער עלטערער וועט שוין זאגן די לענגערע ווערסיע פון בעל הטורים: "ואלה שמות בני ישראל איז די ר"ת, ו'אדם א'שר ל'ומד ה'סדר, ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום, ב'קול נ'עים י'שיר, י'חיה ש'נים ר'בות א'רוכים ל'עולם".

ווי אזוי ווייס איך עס? ווייל איך האב עס אויך געזאגט פאר מיין טאטע אין דעם עלטער, און אזוי קייקלט זיך עס זיך מדור לדור, בלי שום שינוי זוז כל שהוא.

איך האב זיך אבער אייביג זייער געמוטשעט מיט דעם רמז, עס איז מיר נישט אריין אין קאפ. זייער א שיינער רמז אז מען דארף מעביר סדרה זיין, דאס איז דאך א מצוה פון חז"ל "לעולם ישלים אדם פרשיותיו עם הציבור שכל המשלים פרשיותיו עם הציבור משלימין לו ימיו ושנותיו", עס קומט נאך מיט אזא שיינע הבטחה פאר אריכת ימים ושנים. אבער די קשיא איז וואו קומט דאס אריין יעצט אין פרשת שמות.
יעצט דערמאנסטע מיר אז מען דארף מעביר סדרה זיין? נאכדעם וואס איז שוין דורך א גאנצע סדר בראשית וואס איך האב

א נאר זאגט אויך אמאל א גוטס

א נאר זאגט אויך אמאל א גוטס

"א נאר זאגט אויך אמאל א גוטס". דאס איז א באקאנטע וועלטס ווארט, מען ניצט עס געווענליך ווען איינער - וועם מען האלט נישט פאר אזא גרויסע חכם - זאגט אמאל א גוטע נקודה. צו זאגן אז יענער איז א חכם קען מען דאך נישט, זאגט מען אז א נאר זאגט אויך אמאל א גוטס.

אבער עס ליגט נאך טיפערס אין דעם. דא אין שטיבל האט מען לעצטנס איינגעפירט אז מען קען זיך מאכן א "נודניק ליסטע", דארט שטעלט מען אריין די אלע ניקים וואס גייען געווענליך אויף די נערווען, און מען איז נישט אינטערעסירט צו הערן וואס זיי האבן צו זאגן.

אבער מען דארף באמת נישט צוקומען צו די ליסטע. יעדער מענטש האט ביי זיך אין קאפ אזא סארט ליסטע, ער האט זיך שוין אין זיין מח אפגעמאכט אויף אלע זיינע ארומיגע ווער עס זאגט געווענליך גוט און ווער נישט. און ווען איינער וואס איז אויף זיין מח-נודניק-ליסטע זאגט עפעס, האט ער שוין אין זיינע הנחה קדומה אפגעמאכט אז עס איז בכלל נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס יענער זאגט.

די סיבה דערצו איז נישט אייביג ווייל יענער זאגט נישט אזוי גוט, אמאל קען זיין אנדערע זייטיגע סיבות וואס מאכן אז מען זאל נישט וועלן אויסהערן וואס יענער האט צו זאגן. שלמה המלך זאגט שוין "וחכמת המסכן בזויה", די חכמה פון אן ארימאן איז פארשעמט און אראפגעקוקט, דאס איז ווייל מענטשן קוקן מער אויף די חיצוניות ווי אויף די פנימיות, אזוי ווי פון אינדרויסן זעהט דער ארימאן אויס אפגעריסן, איז שוין נישט אינטערעסאנט צו הערן וואס ער האט צו זאגן, כאטש באמת האט די ארימקייט נישט קיין עפעקט אויף זיין קלוגשאפט, ער קען זיין פונקט אזוי קלוג, אדער נאך מער קלוג, ווי דער עושר.

און דאס איז נישט נאר ארימקייט, עס איז דא נאך אסאך הנחות קדומות וואס מאכן אז מען זאל נישט וועלן אויסהערן וואס יענער האט צו זאגן, אמאל איז עס פשוט די אויסזעהן פון יענעם, יענער האט נישט קיין חן. און אמאל איז עס טאקע ווייל דער מענטש רעדט געווענליך נישט צו די זאך.
***

אבער באמת איז דאס נישט קיין אויסגעהאלטענע מהלך. אויב איינער וויל טאקע קונה זיין חכמה, איזהו חכם הלומד מכל אדם. א חכם וועט הערן און צוהערן וואס סיי ווער האט צו זאגן, און ער וועט מאכן זיין החלטה געבויעט אויף די הגיון פון יענעמ'ס ווערטער, און נישט געבויעט אויף יענעם מענטש. דאס איז די ריכטיגע וועג צו פירן א שמועס.

א לעבעדיגע ביישפיל דערצו, האבן מיר דא אינעם זייטיגן שטיבל דמתקריא "צימעס". איך בין שוין א שטיקל תושב דא אין ק"ש, איך פארברענג שוין דא איבער א יאר, און איך האב שוין געשריבן איבער טויזנט הודעות, אבער קיין איינס דערפון געפינט זיך נישט אין צימעס. נישט ווייל איך האב נישט וואס אריינצורעדן אין די דארטיגע ענינים, גראדע איז דא עטליכע צימעס-נושאים וואס איך וואלט געקענט באשטיין עס אויסצושמועסן און אויסקלארן מיט א ניכטערן בליק. דער פראבלעם איז נאר אז מען קען דארט נישט רעדן פונעם ענין, מען רעדט דארט בעיקר נאר פון די פערזאנען וואס זענען אינוואלווד דערין, אין איינמאל מען קוקט אן א זאך לויט די מענטשן וואס האלטן אזוי, טוישט זיך דער גאנצער בליק אויף די זאך. עס ווערט פיל מיט אזויפיל זייטיגע זאכן, אז דער עיקר פוינט ווערט דערטראנקן אינדערמיט.

ווען אימער עס קומט אונטער א נושא, ווערט עס גלייך צוטיילט מער/ווייניגער לויט די פארטיי ליניעס, ווער עס שטייט אויף די זייט מוז אננעמען אלעס פון די זייט, און ווער עס שטייט אויף די צווייטע זייט, מוז בעל כרחו ענטפערן אמן אויף אלעס וואס באלאנגט אויף יענע זייט. דאס איז נישט נאר דא, נאר די זעלבע איז ביי א שמועס אין שוהל, אנשטאט רעדן פון די ריכטיגע נקודות, רעדט מען נאר פון די מענטשן וואס זענען אינוואלווד. אויף אזא וועג אז עס אוממעגליך פשוט אויסצושמועסן א זאך מיט אן ניכטערן בליק. די ריכטיגע וועג וואלט געווען צו דן זיין יעדע זאך לויטן ענין, יעדער קען ברענגן ראיות און סברות לכאן או לכאן, אבער אן אריינמישן נעמען, אן אריינמישן די פערזאנען וואס שטעלן אוועק יעדע זייט.

איינמאל דאס פאסירט איז ממש א געשמאק צו אויסשמועסן אלע ענינים, מען ווערט נישט אזוי שנעל ווילד, מען קען טראכטן רוהיג, און מען קאנצטערירט זיך אויף די אמת'ע נקודות, און נאר אזוי קען ארויסקומען דעם אמת.
***

אבער וואס טוט א מענטש וואס עס גייט אים יא אין לעבן זיך אנצונעמען פאר זיין פארטיי, זיין חסידות, זיין קרעמל? אויף דעם איז דא בעסערע וועגן. אנשטאט יענעם צו קלאפן, אנטשטאט יענעם אוועק צו מאכן, זאל מען ארויס שטעלן אויפן טיש וואס זיין זייט האט צו פארקויפן דברי חכמה ודברי תורה, און אוטאמאטיש וועט יעדער וויסן אז ער האט צו פארקויפן בעסערע זאכן.

דער פסוק זאגט אין משלי, "יהללוך זר ולא פיך", רום דיך נישט אליין אויס, לאז דאס איבער פאר א צווייטן צו טוהן. עס איז דא א באקאנטע ווארט אויף דעם פסוק, "יהללוך זר. ולא, פיך." א צווייטער זאל דיך אויסרומען, אבער "ולא" – ווען עס איז נישט דא קיין צווייטער, דאן, "פיך" – זאלסטו עס אליין טוהן. מען זאגט נאך דעם ווארט פונעם מהרש"א און פון חתם סופר, אבער לעצטנס האב איך געטראפן אז דער טייטש שטייט גאר אין זוהר הק', און דארט איז ער עס נאך מער מרחיב, און ער געבט די אינסטראקשענס ווי אזוי מען טוט עס.

דער זוהר (פ' בלק, דף קצג:) זאגט:

בספרא דחכמתא דשלמה מלכא הכי אמר: תלת סימנין אינון, סימן לעברה ירקון. סימן לשטות מלין. סימן דלא ידע כלום שבוחי. ודא אכרע לשאר שוטה בכל עבירות כלא אית ביה. והא כתיב יהללך זר ולא פיך ואם לא זר. פיך. לאו הכי אלא אי לא הוי מאן דאשתמודע לך אפתח פומך למללא באורייתא ולאודעא מלי קשוט באורייתא. וכדין פתיחו דפומך באורייתא ישבחון מילך וינדעון מאן אנת דלית מלה בעלמא דישתמודעון ליה לב"נ אלא בזמנא דאפתח פומיה. פומיה הודע לבני נשא מאן הוא.

אין קורצן זאגט דער זוהר: אין די ספר החכמה פון שלמה המלך שטייט אז א סימן אויף איינעם אז ער ווייסט נישט גארנישט, איז ווען ער רומט זיך אליין אויס. איי עס שטייט דאך אין פסוק יהללך זר ולא פיך, און דאס מיינט, ואם לא זר, פיך. אז ווען עס איז נישטא קיין צווייטער מעג מען זיך יא אליינס אויסרומען? דאס מיינט נישט אז מען זאל זיך פשוט אויסרומען, נאר אז מען זאל עפענען די מויל און אנהייב רעדן צו די זאך, אנהייבן רעדן דברי תורה און דברי חכמה, און פון דעם וועט ער אוטאמאטיש ווערן אויסגערומט, יעדער וועט וויסן און פארשטיין ווי קלוג ער איז. און דער זוהר פירט אויס: "די מויל פון א מענטש לאזט וויסן פאר יעדן וואס דער מענטש איז".


אין אנדערע ווערטער. די ריכטיגע וועג זיך צו רומען, איז צו עפענען די מויל און רעדן צו די זאך, און דער עולם וועט שוין אליין פארשטיין אויב דו האסט צו פארקויפן גוטע זאכן. אבער סתם זיך צו טענה'ן, מיין רבי איז גרעסער, דיין רבי איז גרעסער, איז סתם נאריש, עס קומט נישט פון חכמה, עס ברענגט נישט קיין חכמה, און עס האט נישט קיין שום תועלת.
***

אן אינטערעסאנטע מעשה האב איך געהערט. דער הייליגער מהרש"ב פון ליבאוויטש האט געהאט אן עלטערע ברודער וואס האט געהייסן ר' זלמן אהרן. ווען זיי זענען געווען קליינע קינדער האבן זיי זיך געשפילט אין הויף צוזאמען. איינמאל קומט אריין דער מהרש"ב צו לויפן צו זיין טאטע און ער וויינט. דער טאטע פרעגט אים וואס גייט פאר, דערציילט ער אז זיין עלטערע ברודער האט אים געהייסן אז ער מוז אריין גיין אין עפעס א גרוב אין הויף און דארטן בלייבן שטיין ווי לאנג זיי שפילן. ווען דער טאטע האט פארגעהאלטן זלמן אהרנ'ן פארוואס ער טוט דאס, האט ער געענטפערט אז אזוי ווי דער אינגערער ברודער איז געוואקסן העכער פון אים, און ער איז דאך עלטער, און עס טוט אים זייער וויי אז ער - דער עלטערער - איז גאר נידריגער פונעם אינגערן, דערפאר האט ער געהייסן דעם ברודער אז ער מוז שטיין אינעם גרוב, ווייל אזוי וועט ער זיין העכער...

האט אים דער טאטע געזאגט אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, "אויב דו ווילסט זיין העכער, דאן נעם א בענקל און שטעל דיך אויף, וועסטו זיין העכער. דו קענסט נישט יענעם דערנידערן ווייל דו ווילסט זיין העכער". און דער טאטע האט ממשיך געווען און אים געזאגט אז יעצט קריגט מען זיך איבער פיזישע העכערקייט, און שפעטער וועט מען זיך קריגן איבער גייסטישע העכערקייט. און דערפאר זאלסטו אייביג געדענקן דעם כלל: "אויב דו ווילסט זיין העכער זאלסטו דיך אויפהייבן און נישט יענעם אראפ ווארפן".
***

היוצא לנו מכל זה איז צוויי וויכטיגע נקודות:
1) יענער קען אויך האבן גוטע און שיינע נקודות, אפילו ווען ער שטייט נישט אויף איין לעוועל מיט דיר. עס איז אייביג כדאי אויסצוהערן וואס א צווייטער האט צו זאגן.
2) אויב ווילסטו דוקא ווייזן אז דו ביזט גערעכט, טוה עס אויף די ריכטיגע וועג. נישט מיטן אראפרייסן יענעם, נאר מיטן זיך אויפהייבן, מיטן זיך אליין ערקלערן.

נייג צו אן אויער און טוה אויף גרויסע זאכן

נייג צו אן אויער און טוה אויף גרויסע זאכן

יא, אזוי ווי איר הערט, בלויז מיטן אויער קען מען אויפטוהן גדולות ונצורות, מען קען העלפן מענטשן, מען קען ראטעווען משפחות פון אונטערגאנג, מען קען שטעלן די שלום בית אויפן פלאץ, מען ראטעווען קינדער פון אועקפאלן, און נאך אסאך געוואלדיגע זאכן קען מען אויפטוהן מיטן אויער.

ווי אזוי ארבעט דאס? גאנץ פשוט. בלויז מיטן אויסהערן א צווייטן וואס ער האט צו פארקויפן, וואס ער האט צו זאגן, קען מען ראטעווען יענעם. אפילו דו קענסט אים נישט העלפן, דו האסט נישט קיין שום וועג יענעם צו שטעלן אויף די פוס, יענעם ארויסצוהעלפן אין זיין מצב, אבער בלויז מיט דעם וואס דו האסט אים אויסגעהערט, וואס דו האסט אים געוויזן אז דו ביזט אינטערעסירט אין זיינע זאכן, ווערט אים שוין גרינגער אויפן הארץ, און אפילו ווען ער האט נישט באקומען קיין לעזונג צו זיין פראבלעם, וועט ער אבער שוין קענען אננעמען זאכן גרינגער, און זיינע צרות וועלן שוין נישט אזוי שטארק אפעקטירן זיין סדר היום.

עס איז בכלל נישט קיין סוד, אז עס דרייען זיך ארום טויזנטער אידן צוקלאפט און פארווייטאגט, יעדער גייט דורך שוועריקייטן, יעדער האט זיך זיין פעקל צרות. אבער קיינער האט נישט קיין צייט און געדולד צו הערן יענעמ'ס צרות, פשוט ווייל מען איז ביזי מיט די אייגענע. אוודאי פון אינדרויסן קען מען עס נישט זעהן אייביג, פון דרויסן פרובירט יעדער אהער צו שטעלן א פנים אזוי ווי אים פעלט גארנישט. און דערפאר טראכט יעדער, "איך זעה דאך ווי יעדער דרייט זיך ארום אזוי גוטמוטיג, נאר איך בין אזוי צובראכן. פארוואס זארגט זיך קיינער נישט פאר מיר? פארוואס אינטערעסירט זיך קיינער נישט אין מיר?", און ער כאפט נישט אז יענער איז פונקט אזוי צובראכן, און יענער טראכט פונקט די זעלבע אויף דיר.

און דערפאר איז די גרעסטע מצוה ווען מען הערט אויס א צווייטן, מען אינטערעסירט זיך אין יענעמ'ס פראבלעמען, אפילו ווען מען קען גארנישט ארויסהעלפן נאר בלויז אויסהערן, איז דאס די גרעסטע מצוה. און דאס קען יעדער מענטש טוהן, מען דארף נישט זיין קיין פסיכאלאג פאר דעם, נאר מען דארף האבן אן אפענעם אויער, מיט א שטיקל אידיש הארץ.

במשך דעם טאג דרייט מען זיך צווישן אנדערע מענטשן, אין שוהל, אויפן גאס, אין דזשאב, און נאך. ווען דו טרעפסט א מענטש, און דו גריסט אים מיט א שמייכעל און דו פרעגסט אים "וואס מאכסטו? ווי אזוי גייט עס דיר?", קען זייער מעגליך זיין אז דו האסט יענעם ממש אויפגעלעבט, נישט אייביג פאסט עס יענעם מודה צו זיין, אבער דאס איז די פאקט. גאנץ מעגליך אז יענער איז ארום געגאנגען מיואש פון זיין לעבן, ער האט נישט געוואוסט פארוואס ער איז דא בכלל, וואס ער האט פארלוירן דא אויף די וועלט, און מיט דיין שמייכעל האסטו יענעם געראטעוועט. און ווען דו מאכסט יענעם פיהלן גוט היימיש און באקוועם, וועט זיך מאכן אז יענער וועט זיך אויסגיסן זיין הארץ און דערציילן וואס עס קוועטשט אים, און דאן איז דיין שכר נאך גרעסער.

חז"ל זאגן אז מען זאל געבן צדקה פארן דאווענען, אויב מען איז זיך מרחם אויף אנדערע אידן, דאן איז זיך דער אייבערשטער זיך מרחם זיין אויפן מענטש. און כל שכן ווען איינער געבט זיך אוועק צו אויסהערן א צווייטן, צו מיטפיהלן מיט א צווייטן, וואס דאס איז די גרעסטע צדקה, דאן וועט דער אייבערשטער – מדה כנגד מדה – אויך צונייגן אן אויער צו וואס דער מענטש האט צו זאגן און ער וועט אים העלפן מיט וואס ער דארף.


אויסהערן א ווייב
די ערשטע און גרעסטע יסוד אין שלום בית איז צו האבן א געפיהל איינער פארן צווייטן, צו אויסהערן מיט אינטערעסע איינער דעם צווייטן. די פרוי דארף נישט אזוי וויכטיג די שיינע טייערע מתנה, ווי די גוטע ווערטער וואס קומט דערמיט, ווי די גוטע געפיהל וואס קומט דערמיט אז איר מאן האט איר אינזין געהאט, ער האט געטראכט פון איר און איר געקויפט עפעס. מען טוט אסאך מער אויף מיטן קויפן פאר איר אפילו בלויז א דעניש מיט א קאפי אבער מיט אסאך געפיהל, ווי צו קויפן די טייערסטע דזשולערי אבער אן קיין געפיהל.

די מעשה איז אבער אז דער מאן ארבעט שווער א גאנצן טאג, און ווען ער קומט אהיים ביינאכט איז ער שוין אויסגעשעפט און ער ווארט קוים אז ער זאל זיך שוין קענען אויסרעדן פאר זיין ווייב וואס ער האט היינט אלץ מיטגעמאכט. און פון די אנדערע זייט די פרוי איז געווען ביזי א גאנצן טאג מיט די קינדער, און איז אויך שיעור נישט אראפ פון זינען, און זי ווארט שוין קוים אז איר מאן זאל אהיים קומען און זי וועט זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אים. און ווען ביידע פארביטערטע מענטשן קומען זיך צוזאם, און ביידע האבן נאר וואס צו זאגן און האבן נישט קיין אפען אויער צו הערן, דאן טויג נישט דער מצב.

אבער ווען דער מאן האט שכל און ער שטרענגט זיך אן מיט אביסל סבלנות און ער קומט אהיים מיט א שמייכל און הערט אויס און פיהלט מיט מיט זיין ווייב'ס מעשיות, דאן האט ער נאר א טובה געטוהן פאר זיך. איינמאל זי האט זיך אויסגערעדט איר הארץ ווערט זי רוהיג און זי קען שוין הערן אויך וואס ער האט צו פארציילן, און אזוי ווערט די אטמאספער אין הויז געשמאק און בא'טעמ'ט.


אויסהערן קינדער
ביי קינדער איז דאס נאך מער וויכטיג. קינדער דארף מען אויסהערן און אויסהערן און נאכאמאל אויסהערן, דאס איז די יסוד אז זיי זאלן אויפוואקסן נארמאלע געזונטע קינדער.

די טבע איז אז עלטערן האבן נישט קיין געדולד צו קינדער. דאס איז נארמאל, זיי לויפן אין גאר אנדערע יארגענג, זיי טראגן גאר אנדערע סארט דאגות, די עלטערן זענען געווענליך אויסגעמוטשעט און האבן נישט קיין נערווען אויסצוהערן די שטותים וואס די קינדער פארקויפן. אבער דאס איז די גרעסטע און ווייטאגליכסטע טעות וואס עלטערן מאכן.

א קינד איז א קינד, און ער מוז האבן א סעד לתומכו, ער זאל פיהלן אז ער האט איינעם א רוקן-ביין, אז ער זיך אויף וועם אנצולאנען. ווען דער קינד האט א צרה, ער האט באקומען א באבא, זיין קארעלע האט זיך צובראכן, ער האט פארגעסן מיטצונעמען ריסעס היינט צופרי אין חדר, אדער סיי וועלכע אנדערע נארישקייט. האט ער פונקט אזעלכע יסורים ווי ווען ביים טאטן האט זיך צובראכן זיין קאר, ווען דער טאטע האט פארגעסן זיין בערזל מיט אלע וויכטיגע זאכן אינדערהיים. דער אינגל מוז פיהלן אז ער האט איינעם וואס פיהלט מיט זיין ווייטאג, אז ער האט איינעם וואס אינטערעסירט זיך אויף אים. און דאן וועט ער אויפוואקסן א געזונט קינד, און ווען נישט וואקסט דער קינד אויף א קריפל ממש, ער וועט שטענדיג זיין דיפרעסט און האבן צוטוהן מיט יעדן איינעם.

מען זעהט ווי עלטערן מוטשען זיך מיט בחורים, מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט זיי, מען איז גרייט צו צאלן - און מען צאלט - שווערע געלטער פאר ספעציעלע מחנכים, אז זיי זאלן פרובירן צו מאכן עפעס א לייט פון דעם בחור. אבער מען כאפט נישט אז מיטן אינוועסטן עטליכע מינוט אינעם קינד, ווען ער איז נאך א קליין קינד, אז דער קינד זאל באמת שפירן אז דער טאטע איז אויף זיין זייט, אז ער וויל אים באמת העלפן, דאן וועט זיך דער טאטע איינשפארן אסאך צרות שפעטער ווען דער קינד איז שוין געווארן א בחור. אז דו האסט נישט געוואלט אויסהערן דיין קינד אינגערהייט, פארוואס זאל ער דיך וועלן אויסהערן אלס בחור?

א קינד וועמען מען הערט נישט אויס, וואקסט אויף אן קיין טראפ סעלף קאנפידענס, ער קען זיך נישט קיין עצה געבן אין לעבן, ער האט נישט די ביסל קאנפידענס צו קענען גיין א טריט פאראויס אליין. עלטערן וואס ווילן זיך איינשפארן צרות און עגמת נפש שפעטער, זאלן בעוד מועד זעהן צו געבן די מערסטע אויפמערקזאמקייט פאר די קינדער, זיך אראפלאזן צו זיי און אויסהערן זייערע נארישקייטן און אזוי וועלן זיי אויפוואקסן געזונטע קינדער.

לאמיר זיך אלע פארנעמען מהיום והלאה צו געבן א שמייכל פאר א צווייטן, צו צונייגן דעם אויער און אויסהערן וואס א צווייטער האט צו זאגן, און אזוי וועט מען אריינברענגן שלום ושלוה אויף די וועלט.
ווער איז אין?

ווילסט שמועסן, אדער ווילסט זאגן?

ווילסט שמועסן, אדער ווילסט זאגן?

"האב אינזין דיינע אייגענע געשעפטן". איך ווייס נישט אויב איך האב עס גוט איבערגעטייטשט. אויף איינפאך מאמע-לשון זאגט מען עס: mind your own business.

דאס איז א לחש וואס די באבע פלעגט זאגן ווען מען האט איר געוואלט איינטיילן ווי אזוי צו מאכן בעסער די קאקאש קעיק לויט די פארגעשריבענע רעצעפטן, זי האט בכלל נישט געוואלט אריינגיין אין וויכוחים, זי האט גע'טענה'ט - און מיט רעכט - אז ווען זי מאכט עס מיט איר געפיהל קומט עס אויס דאס בעסטע, "מען קען נישט אייביג נאכפאלגן פונקליך די פארשריפטן, מען ברויך צולייגן אביסל הארץ און מח, און דאן קומט דאס אויס די בעסטע וואס מעגליך", און די מבינים וואס האבן פארזוכט אירע געבעקסן האבן טאקע מעיד געווען אז זי איז גערעכט געווען מיט א 100%, מען האט זיך טאקע מחי' געווען דערמיט.

לעצטנס איז מיר איינער געקראכן אויף די געהירן איבער דעם וואס איך האב זיך אנגעטשעפעט אויף ברסלב, "דו ביזט דאך א קלוגער אינגערמאן, ווי קומט צו דיר אזוינע נארישקייטן?" ער האט מיר אנגעהויבן דרייען א קאפ אז דאס איז נישט פאר מיר, עס איז נישט אויסגעהאלטן א.א.וו. איך גיי נישט דא איבערקייען אלע זיינע שטותים.

איך האב אים פרובירט מסביר צו זיין מיט שיינעם וואס עס האט מיר באוואויגן דאס צו טוהן, און ווי סאך נוצן איך האב פון דעם ברוחניות ובגשמיות. איך מיין אז איך האב גערעדט לאגישע דיבורים, עס איז באמת געווען יוצאים מן הלב, וואס וואלט אונטער נארמאלע אומשטענדן געדארפט זיין נכנסין אל הלב, אבער אזוי ווי ער איז דאך דא געווען אויף א מיסיע מיך צו איבערצייגן זיינע שיטות, ואיידי דטריד למיפלט לא בלע, האט ער בכלל נישט געהערט (דערהערט) וואס איך האב צו זאגן, ער איז נאר געווען ביזי נאכאמאל צו מעלה גרה זיין זיינע נארישקייטן, ביז נאך דעם לענגערן שמועס האט ער מיר ענדליך איבערגעצייגט, איך בין געקומען צו די הכרה אז די באבע איז יא גערעכט געווען, איך וואלט נישט געדארפט אריין גיין אין קיינע וויכוחים, נאר גאנץ אין אנהויב זאגן דעם לחש: mind your own business, לאז געמאך, גיי דיר דיין וועג און לאז מיר גיין מיין וועג, פון אזוינע וויכוחים קען קיין אמת נישט ארויס קומען.

ביי מיר איז דאס יעצט געווען איבער די נושא פון ברסלב, אבער איך גלייב אז עס האט זיך שוין געמאכט ביי אנדערע אויך איבער אלע סארט נושאים, אייביג זענען דא די גוטע אידן וואס ווילן פשוט ארויסהעלפן און שטעלן א צווייטן אויפן פלאץ, און קומען מיט חכמת שלמה צו אויפקלערן און מסביר זיין אז דער צווייטער טוט נישט ריכטיג. עס איז זיכער גוט אייביג צו הערן פון א צווייטן, קיינער קען נישט זאגן שלום עלי נפשי נאר איך ווייס דעם אמת, אבער דאס איז ווען יענער וויל טאקע אויסשמועסן דעם אמת, דאן וועלן מיר צונעמען די זאך פון אלע צדדים ביז עס וועט ארויס קומען די ריכטיגע אמת. אבער ווען מען זעהט און מען ווייסט אז יענער איז בכלל נישט דא למען האמת, ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו הערן וואס איך האב צו זאגן, ער וויל בלויז זאגן זיינע געדאנקען און איך זאל עס מקבל זיין כנתינתן מסיני, דאן שליס איך דעם וויכוח גלייך ביים אנהויב, איך זאג אים ער זאל קער נעמען פון זיינע אייגענע אנגעלעגנהייטן און מיר אפלאזן.

אויף דעם ענין איז דא אן אינטערעסאנטע עפיזאד פון די יוגנט יארן פון רבי נחמן מברסלב זי"ע. רבי נחמן האט ווי באקאנט חתונה געהאט גלייך נאך זיין בר מצוה, זיין שווער האט געהייסן רבי אפרים פון זאסלאוו, ער איז געווען א חשובער איד אן איש מכובד און א גרויסער עושר, ער האט געוואוינט אינעם דערפל אויסיאטין, ער איז געווען באקאנט אלס גרויסער בעל צדקה, און אסאך באקאנטע צדיקים פלעגן איינשטיין ביי אים ווען זיי זענען דורכגעפארן דארט אין די געגנט.

נאך די חתונה האט רבי נחמן אפגעמאכט אז ער וויל דינען דעם אייבערשטן באהאלטענערהייט, ער פלעגט עוסק זיין בתורה ועבודה אינדערהיים אין זיין חדר מיוחד, און אזוי ווי ארום דעם דארף איז געווען אסאך פעלדער און וועלדער, פלעגט ער אסאך ארויסגיין דארט און געדינט דעם אייבערשטן אויף זיין שטייגער, און אלעס באהאלטענערהייט, ער האט אנגעזאגט זיין ווייב אז זי זאל גארנישט איבערזאגן פון זיין התנהגות, און אינדרויסן פלעגט ער זיך שפילן מיט נארישקייטן, און עס האט אויסגעזעהן פון דרויסן אזוי ווי ער האלט ביי גארנישט אין עבודת ה'.

פאר זיין שווער האט דאס זייער געשטערט, ער האט גענומען אן איידעם מיטן חשבון אז זיין איידעם איז אן אייניקל פון בעל שם טוב, און ער וועט זיכער זיצן און לערנען און דינען דעם אייבערשטן, און דא זעהט ער ווי זיין איידעם האצקעט ארום און איז בכלל נישט אזוי ערנסט. אין די ווינטער פלעגט ער זעהן זיין איידעם זיך גליטשן אויף די פארפרוירענע טייך און פארברענגן צייט, און דאס האט אים זייער געבאדערט.

איינמאל איז איינגעשטאנען ביי אים א גרויסער צדיק פון די תלמידי המגיד, און דער שווער האט זיך אויסגערעדט פאר אים זיין צער אז ער האט גענומען אן איידעם אן אייניקל פון בעש"ט, אבער למעשה לערנט ער גארנישט, אזוי ווייט אז אפילו ליינען עברי האט ער שוין פארגעסן, דער צדיק האט פרובירט צו פארענטפערן דעם איידעם אז עס איז זיכער נישט אזוי געפערליך ווי דער שווער מאכט עס, אבער דער שווער האט זיך געהאלטן ביי זיינס, "אדרבה פארהער אים אליין, וועסטו זיך איבערצייגן אז איך בין גערעכט" - האט דער שווער געזאגט.

דער צדיק האט אזוי געטוהן ער האט גערופן דעם איידעם, ער האט געעפנט א משניות וואס ער האט געהאט ביי די האנט און אים געהייסן זאגן, עס האט זיך אויפגעמישט ביי מס' ב"ק פרק ב', דארט שטייט הכלב והגדי שקפצו מראש הגג, רבי נחמן - וואס האט זיך געוואלט באהאלטן - האט אנגעהויבן זאגן, "הכלב והגדי, שקפצו מארש - א הינט מיט א ציגעלע האבן געטאנצן א מארש..", דער שווער האט זיך אנגערופן: "זעהסטו?! איך האב אייך געזאגט אז אפילו די עברי קען ער שוין נישט!" דער צדיק האט גארנישט רעאגירט אויף די מינוט, נישט ווילנדיג מאכן קיין מחלוקת, אבער שפעטער ווען ער האט געטראפן רבי נחמן אינדרויסן אליין, האט ער אים זייער פארגעהאלטן אז עס פאסט זייער נישט פארן בעש"ט'ס אן אייניקל זיך אזוי אויפצופירן, און ער האט אים אראפ געלאזט צוויי פעטש. רבי נחמן האט גארנישט רעאגירט.

א צייט שפעטער איז דער צדיק אמאל דורך געפארן א וואלד און אויפן וועג האט ער געהערט א קול פון א מענטש, ווען ער איז נאכגעגאנגען די קול האט ער געזעהן איינעם אין וואלד אנגעטוהן מיט טלית ותפלין און דאוונט מיט גרויס התעוררות און געשמאק, ווען ער איז געקומען נענטער האט ער געזעהן אז דאס איז דער אינגערמאן וועם ער האט דערלאנגט צוויי פעטש, ער האט אויסגעווארט ביז ער האט געענדיגט דאווענען און דערנאך האט ער אים איבערגעבעטן אויף וואס ער האט אים אנגעשריגן און געשלאגן, רבי נחמן האט אים געזאגט אז ער איז אים מוחל נאר בתנאי אז ער וועט עס נישט דערציילן פאר קיינעם ווי לאנג ער (רבי נחמן) לעבט, אבער אזויפיל האט דער צדיק גע'פועל'ט ביי אים אז ער זאל מעגן צוריק גיין צו זיין שווער און אים זאגן אז ער זאל זיך נישט מישן אין זיין איידעמ'ס געשעפטן. וכך הוה, ער איז צוריק געגאנגען צום שווער, און אים געזאגט אז ער זאל צוריה לאזן זיין איידעם און אים לאזן זיך פירן ווי אזוי עס שיינט אים.

עד כאן המעשה. און כדאי צו פארשטיין וואס עס האט געשטערט פאר רבי נחמן צו זאגן נארמאל די משנה, ער וואלט לכאורה ווייטער געקענט בלייבן באהאלטן אפילו ווען ער זאל זאגן נארמאל א משנה, דאס צו פארשטיין וועל איך מקדים זיין א משל.

יענקל גייט אויפן גאס אינדערפרי און ער טרעפט משה'ן, זיין אלטער חבר. ער געבט אים א פרייליכן שלום עליכם, אבער אין רעאקציע לאזט אים משה אראפ א קלינגעדיגן פראסק, יענקל בלייבט ערשטוינט, אויף אזוינס האט ער זיך נישט געראכטן, ער פרעגט פון משה וואס דארף צו מיינען, און משה איז אים שיין מסביר: "איך ווייס דאך וואס דער סוף וועט זיין, איך וועל דיר צוריק געבן אן עליכם שלום, און דו וועסט מיר פרעגן פארוואס געב איך דיר אזא פארעווע עליכם שלום, און איך וועל צוריק זאגן אז דאס איז מיין נאטור, און דו וועסט צוריק שרייען אז איך האב דיר פיינט, און איך וועל זיך פארענטפערן אז איך האב גארנישט געמיינט, אזוי וועלן מיר זיך קריגן ביז עס וועט גיין פעטש, האט איך דיר שוין מקדים געווען און דיר געגעבן די פעטש, און זיי מיר געזונט און פטור אן עסק...

צוריק צו די מעשה, ווען רבי נחמן וואלט געזאגט די משנה געהעריג, וואלט עס זיכער נישט געבליבן שטיין ביי דעם, "יעצט זאג די ברטנורא, און יעצט תוספות יו"ט", "און אז דו קענסט יא לערנען פארוואס שפילסטו דיך ארום? עס פאסט נישט פאר דיר", און אזוי וואלט עס געגאנגען ווייטער און ווייטער. אבער אזוי אז ער קען אפילו נישט די עברי, "יעצט געב מיר א פראסק און לאז מיר אפ, לאז מיר גיין מיין וועג וואס איך האב זיך אויסגעקליבן".

וואס קענען מיר זיך לערנען דערפון?
אויב האסטו דיך אויסגעקליבן א געוויסע לייף-סטייל, דו האלטס אז דאס איז גוט פאר דיר, עס איז אויסגעהאלטן עפ"י תורה, דאן ווען איינער קומט דיר פארדרייען דעם קאפ, שמעק אויס די זאך, אויב מיינט ער עס אמת'דיג, ער וויל עס באמת אויסשמועסן דאן קענסטו זיין אפן מיט אים און אדורך טוהן דעם ענין. אויב אבער יענער וויל סתם זיינע אייגענע אינטערעסן, ער וויל גארנישט דורך שמועסן, ער וויל בלויז זאגן וואס ער האט צו זאגן, דאן זאלסטו וויסן אז עס איז א שאד די שפייאכטץ זיך צו טענה'ן מיט אזא איינעם. און צו דעם העלפט בלויז דער לחש: mind your own business.

א סעיל! טאקע אזוי געפערליך?

א סעיל! טאקע אזוי געפערליך?

אין אן אינטערעסאנטע קא-אינצעדנטס, קומט יעדעס יאר אויס אז ביידע היימישע סוט געשעפטן מאכן צו די זעלבע צייט זייער ווינטער סעיל. ווי איך פארשטיי זענען זיי דאך קאנקורענטן, און מסתמא רעדן זיי זיך נישט דורך אינאיינעם, און דאך ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך, קומט עפעס אויס פאר ביידע ממש די זעלבע צייט צו מאכן דעם ווינטער סעיל.

ביידע האבן זיך זייערע טאקטיקן ווי אזוי צו שלעפן דעם עולם, G&G שרייט אז זיי האבן נארוואס געלאנדעט אין לופטפעלד און יעדער לויפט אריינכאפן די סעיל (ס'גארנישט, איך האב אויך נישט געכאפט דעם וויץ), ווידער G&B האט א גאנצע חשבון מיט די טעג קאלירן, איין קאליר איז 20% אראפ, די אנדערע 30,40,50, א.א.וו.

ביי מיינע עלטערן האט מען קיינמאל נישט געהאלטן פון די סעילס, מיין מאמע זז"ג פלעגט טענה'ן אז ביי די סעילס איז אייביג דא א שוואכע סעלעקשאן, זיי לייגן ארויס נאר די שוואכע סחורה, די סערוויס איז זייער שוואך, ווייל די געשעפטן זענען איבערגעפילט און עס ממש נישט מעגליך נארמאל צו סערווירן אזא גרויסן עולם צוזאמען, און נאכדעם די אלטערעשאנס זענען אויך נישט אזוי גוט געמאכט ווייל זיי דארפן זיך יאגן אלעס צו פארענדיגן, בקיצור דאס אלעס ובנוסף נאך עטליכע טעמים כמוסים, פלעגט מען ביינונז נישט גיין צו די אלע סעילס, נאר אין א נארמאלן געהעריגן טאג אן קיין סעילס און קיין שטופעניש איז מען אריין מיט די גאנצע משפחה און זיך געלאזט סערווירן געהעריג כיד המלך, און פארשטייט זיך דערנאך באצאלט כאוצר המלך.

נאך מיין חתונה, האב איך ווייטער געהאלטן די טראדיציע, איך האב זיך נישט געלאזט פארפירן פון די אלע שרייענדיגע פאלאקאטן, איך האב געוואוסט איין זאך אז ביי א סעיל טרעט מען נישט איבער דאס שוועל פון געשעפט, נאר אדער פארדעם אדער נאכדעם.

יארן זענען געלאפן, דאס געזינדל איז אונטער געוואקסן, צום סוט-געשעפט האט מען שוין געדארפט גיין מיט א מיני-ווען, מען איז אהינגעפארן מיט שווערע טאשן און צוריק געקומען מיט ליידיגע, דאן האט זיך א מחשבה'לע אריינגעכאפט אין מח, אפשר זאל מען יא פרובירן דעם סעיל? אפשר וועט אין דעם זכות וועט נאך בלייבן עפעס שיריים אין טאש פאר נאך וויכטיגע זאכן?

עטליכע מאל האבן מיר פרובירט אוועק צו שטופן דעם ווארימל, אבער צום סוף האט זיך דער לב געשטארקט אויפן מח, און גלייך ווען מען האט געזעהן די ערשטע צעטלעך איבערן סעיל, האבן מיר זיך ארויס געלאזט מיטן גאנצן געזינדל זיך איינצוהאנדלען נייע מלבושים פאר א ביליגערע פרייז.

צו מיין גרויס וואונדער האב איך געזעהן אז עס איז בכלל נישט געווען אזוי געפערליך, טאקע געדארפט אביסל לענגער ווארטן, טאקע נישט געווען אזוי געשמאק, אבער נאכן ווארטן/אנטרייען/אנטוהן/אויסטוהן/שרייבן/מעקן, ווען עס איז געקומען צום באצאלן, און דער ביל איז געווען מיט עטליכע הונדערט דאלער ווייניגער ווי ערווארטעט, האט עס געפיהלט גאנץ געשמאק, עס האט זיך יא געלוינט. יעצט האט מיר שוין אנגעהויבן באנק טוהן פארוואס איך האב אלע יארן זיך געלאזט נארן. אבער מיר ווייסן דאך אז אויף אויסגעגאסענע מילך וויינט מען נישט, כאטש פון יעצט ווייס איך וואס איך האב צו טוהן.

זעהט אויס אז די שרעקעדיגע קאשמארן וואס איז מיר געבליבן אין קאפ פון אלס קינד ווען מיין מאמע - זאל לעבן און געזונט זיין - האט אראפגעלייגט דעם מצב אזוי שווארץ און געפערליך, דאס איז מיר געבליבן אין קאפ, אבער למעשה איז עס גארנישט אזוי שלעכט.


כלפי מה דברים אמורים?
מיר האבן היינט אריינגעטראטן אינעם ערשטן טאג פון ימי השובבי"ם ת"ת, גלייך הייבן אן צירקולירן אלע סארט חוזק מעסיזשעס אויף שובבי"ם כידוע, און דער עולם איז פיל מיט טענות אויף די שובבי"ם, "וואס? א גאנץ יאר זינדיגט מען, און שובבי"ם וויינט מען?" "נאר שובבי"ם קען מען תשובה טוהן, און א גאנץ יאר נישט?", איך וועל נישט איבער'חזר'ן דא אלע טענות ומענות, והדברים ידועים.

פון וואנעט נעמט זיך דאס ווידערווילן וואס דער עולם האט צו שובבי"ם? ווייל מען דערמאנט זיך די שווערע קאשמארן פון ישיבה וואס מען האט געהאט צו ליידן אין די שובבי"ם טעג, אנגעהויבן ביי די שעות-רצופות-לערנען וואס האבן געקראכן אויף די לעבעדיגע געהירן, און געענדיגט ביי די שרעקעדיגע שובבי"ם דרשות, אז מיר אלע זענען שוין פארפאלן, קיין תשובה העלפט סיי וויי נישט, נאר גאר שטארק גרויסע תשובה וואס מיר קענען אינעם היינטיגע דור נישט באווייזן, אנדערע זענען געגאנגען א טריט ווייטער מיט תעניתים קאלטע מקואות וכדומה, וואס אויסער הארץ-עסענישן האט דאס גארנישט געברענגט עפעס תכלית.

וואס איז באמת שובבי"ם? דער אר"י הק' האט מגלה געווען אז אין די זעקס (אדער אכט) וואכן איז דא א "סעיל" אין הימל, עס איז גרינגער תשובה צו טוהן, מען קען שנעלער און גרינגער מתקן זיין אלעס וואס מען האט שלעכטס געטוהן, דער אריה"ק אליין האט טאקע געזאגט אז מען זאל פאסטן א מספר מסוים תעניתים אויף יעדע עבירה, אבער אונזערע רבי'ס האבן דאס שוין אויך ממתיק געווען, און געזאגט אז היינטיגע צייטן דארף מען נישט פאסטן, עס מאכט מער שאדן ווי ריווח, נאר מען זאל זיך אביסל אנשטרענגען און זיך שטארקן בתיקון המעשים, און יעצט איז א געלעגנהייט וואס מען קען שנעלער און גרינגער מצליח זיין ברוחניות.

הכל חפצים ליראה את שמך, יעדער איד וויל זיין וואויל, און אז עס איז דא "סעיל", אז יעצט איז דא א ספעציעלע געלעגנהייט, פארוואס זאל מען עס נישט אויסנוצן? א שטארקע קשיא, "א גאנץ יאר זינדיגט מען און יעצט וויל מען אלעס אפווישן?", יא, פארוואס נישט? דאס איז די פאקט אז א גאנץ יאר זינדיגט מען, מיר זענען נאכנישט אויסגעארבעט אינגאנצן, ווילסטו אוועקנעמען די צווייטע חלק אויך? אז יעצט זאל מען זיך כאטש אביסל צוריקכאפן? אז עס איז דא עטליכע צייטן אין יאר ווען עס הערשט א שטיקל התעוררות לתשובה, פארוואס זאל מען עס נישט אויסנוצן?
מען רעדט נישט אז מען זאל זיך גיין יעצט קאלערן אין שניי, אדער טוהן עפעס אנדערע ווילדע זאכן, נאר די פשוטע זאכן וואס מען טוט סיי וויי זאל מען זיך אביסל אנשטרענגען און צולייגן אביסל מער הארץ און מח אז עס זאל זיין שענער און בעסער.

דאס דאווענען זאל זיין מיט מנין אין שוהל, צולייגן א טראפ מער כוונה, דאס איז דאך זאכן וואס מען קען נוצן, אתה חונן לאדם דעת… די שליסל פון שכל ליגט ביי דיר, חננו מאתך חכמה בינה ודעת… געב מיר אויך אביסל שכל. השיבנו אבינו לתורתיך… מיין לערנען זאל האבן א שטיקל פנים, וקרבנו מלכנו לעבודתך… מיין דאווענען זאל זיין ווי עס דארף צו זיין. סלח לנו אבינו כי חטאנו… האב איך דען געוואלט זינדיגן? נאר דו באשעפער ווייסט וואסערע יצר הרע דו האסט מיר געגעבן, זיי מיר מוחל, איך וויל שוין פון היינט זיין וואויל. ווער רעדט נאך, וברך שנותינו כשנים בטובות… יא, איך קען נוצן נאך אפאר דאלער אין קעשענע. א.א.וו.

דאס לערנען זאל זיין מער בקביעות, נישט יעדן טאג שפעטיגן פאר א צווייטע סיבה, אריינכאפן נאך א פסוק חומש, נאך א פרק משניות, נאך א שטיקל גמרא, נאך אן הלכה אין שו"ע.

א קאפיטל-צוויי תהלים קען אויך נישט שאטן אין די זייט.

נאך עטליכע פעניס אין צדקה פושקע. הריני נותן פרוטה זו לצדקה ע"מ שיחיה בני... יא, מיינע קינדער זאלן לעבן, סיי בגשמיות זאלן זיי זיין געזונט און שטארק ביז די 120, און סיי ברוחניות קיינער זאל זיי נישט פארדארבן, קיינער זאל זיי נישט מאלעסטן, קיינער זאל זיי נישט מאנס זיין אדער מפתה זיין צו שלעכטס. ווען עס געשעהט ליידער האט יעדער דעות צו זאגן, אבער כו"ע מודי אז בעסער איז ווען עס געשעהט נישט לכתחילה.

דער שבת זאל האבן א בעסערן טעם, צולייגן אביסל געשמאק און בא'טעמ'קייט דערצו, צוקויפן נאך גוטע זאכן לכבוד שבת. חז"ל זאגן "עונג שבת כאלף תעניות", האמיר א געשמאקע וועג צו פאסטן, מען עסט נאך אביסל גוטע זאכן לכבוד שבת, מען מאכט אביסל פרייליכער דעם שב"ק און מ'כאפט אריין נאך טויזנט תעניתים.

און פארשטייט זיך, עטליכע ווערטער צום אייבערשטן אויף אידיש, טאקע גלייך פון הארץ ארויס, די זאכן וואס דרוקן און קוועטשן אויף הארץ. "באשעפער איך דארף נאך אפאר דאלער, באשעפער איך דארף נחת פון די קינדער, באשעפער מיין שלום בית מעג זיין בעסער, און אויך ברוחניות בין איך ביי דיר כחומר ביד היוצר, אילמלא הקב"ה עוזרו לא יכול לו, העלף מיר איך זאל זיין וואויל און ערליך, זיי מיר מוחל אויף וואס איך האב געטוהן ביז יעצט, א.א.וו."

און אזוי ווייטער, פרובירט יעדער צוצולייגן עפעס א גוטע זאך לכבוד שובבי"ם, און אז מען טוט גוטס פאלט די שלעכטס פון זיך אליין אוועק. עס זעהט טאקע אויס ווי קליינע נארישע זאכן, אבער פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, מען דארף זיך נאר אביסעלע נעמען אין די הענט אריין, אביסעלע זיך רוקן צו די גוטע זייט, און דאס איבריגע לאז פארן רבש"ע, פתחו לי פתח כחודו של מחט, ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם!

לאמיר פארגעסן פון די שלעכטע באבע-טעם וואס מען האט אין אונז אריינגעלייגט לכבוד שובבי"ם, און לאמיר אויפקומען מיט עפעס פאזעטיוו, און אויסנוצן די טעג ווי עס דארף צו זיין.

=====
אינספערירט פון די פריצייטיגע פטירה פון האברך החשוב ר' יואל קלאר ע"ה. דאס הארץ גייט אויס, די קישקעס ציפן פאר צער. והחי יתן אל לבו, איך בין טאקע נישט פון די חברה שטארבערס, אבער ווער ווייסט ווען מיין צייט צו גיין וועט קומען, און דאן וועט מען נאר מיטנעמען די גוטע זאכן וואס מען האט געטוהן אויף די וועלט.

ולא עוד, אלא שבשעת פטירתו של אדם אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב ולא אבנים טובות ומרגליות, אלא תורה ומעשים טובים בלבד, שנאמר: "בהתהלכך תנחה אותך בשכבך תשמור עליך והקיצות היא תשיחך": בהתהלכך תנחה אתך, בעולם הזה. בשכבך תשמור עליך, בקבר. והקיצות היא תשיחך לעולם הבא. וכן כתוב בספר תהלים על ידי דוד מלך ישראל: "טוב לי תורת פיך מאלפי זהב וכסף".

וואס איז נייעס?

וואס איז נייעס?

נייעס איז א זאך וואס יעדער האט ליב צו ליינען, הערן, און זעהן. איינער מער און איינער ווייניגער, איינער מוז באקומען כסדר'דיג אפדעיטס פון די נייעס יעדער מינוט, א צווייטער דארף בלויז הערן צוויי מאל א טאג קול מבשר בוקר וערב, פאר א דריטן איז גענוג די נייעס וואס ער הערט צופרי אין מקוה, און אנדערע באגענוגען זיך מיט איינמאל סוף וואך צו ליינען אין צייטונג וואס ער האט פארפאסט די גאנצע וואך.
טרעפסט א חבר אויפן גאס איז געווענליך די ערשטע פראגע: וואס איז נייעס?
הצד השווה אז יעדער האט ליב נייעס, אבער דאס איז טאקע נאר ווען עס איז טאקע נייעס, אויב איז עס שוין אביסל עלטערע נייעס איז עס שוין בכלל נישט אינטערעסאנט. דאס איז אויך יעדער לפום דרגא דיליה, ביי איינעם איז עס שוין אלט א טאג שפעטער און ביי איינעם א וואך שפעטער.

וואס ליגט אונטער דעם? וואס מאכט מענטשן אזוי שטארק ליב האבן נייעס? דאס איז די טבע וואס דער אייבערשטער האט אריינגעשטעלט אין מענטשן. אבער ווען מען טראכט אריין, איז די טבע א געוואלדיגע חסד פאר אונז.
רוב דורכפעלער וואס מענטשן האבן אין לעבן, רוב מאל וואס מענטשן געבן אויף און מאכן אפ אז זיי וועלן שוין נישט מצליח זיין, סיי ווען דאס איז אין רוחניות'דיגע זאכן און סיי אין גשמיות, איז דאס געבויעט אויפן עבר, מען פרובירט איינמאל און נאכאמאל און א דריטע מאל, און ווען מען זעהט אז עס גייט נישט, געבט מען אינגאנצן אויף.
אבער ווען א מענטש האט די שטארקייט און ער געבט נישט אויף פאר קיין געלט אין די וועלט, ער וועט ווייטער פרובירן נאכאמאל און נאכאמאל, און אויב עס גייט נישט אויף איין וועג וועט ער פרובירן אנדערע וועגן, אבער ער וועט נישט אויפגעהויבן זיין רצון און ווילן צו מצליח זיין, דאן וועט ער זיכער צום סוף מצליח זיין.
מען קען דאס אסאך צוריק הערן פון מענטשן וואס האבן מצליח געווען, סיי מצליח געווען בגשמיות מיט געלט וכדו' און סיי גדולי ישראל וואס האבן מצליח געווען ברוחניות, ווען מען הערט צוריק זייער היסטאריע שטעלט זיך ארויס אז די הויפט סיבות פון זייער הצלחה איז געווען אז זיי האבן קיינמאל נישט אויפגעגעבן, זיי האבן זיך טאקע געמוטשעט קודם איינער מער און איינער ווייניגער, אבער מיט זייערע אייזענע רצונות האבן זיי דורכגעבראכן די שווערסטע מויערן. וויפיל מאל זיי זענען אראפ געפאלן און זיך אויסגעגליטשט האבן זיי זיך אייביג צוריק אויפגעהויבן און פרובירט נאכאאמל, און דאס איז געווען די סוד פון זייער הצלחה.

עס זאגט זיך זייער לייכט, אבער עס איז זייער שווער אויסצופירן למעשה. די דורכפעלער פונעם עבר דערקוטשענען און שטערן זייער שטארק צו קענען ווייטער אנגיין און זיך קאנצעטרירן אויפן עתיד.
און דערפאר האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אין די טבע אז מען האט ליב נייעס, אבער טאקע נאר נייעס. אביסל אלט, איז שוין נישט אינטערעסאנט, און דאס דארף מען אויסנוצן צום גוטן, פארגעסן פונעם עבר און זיך אריינלייגן בלויז אין נייעס, עס איז יעדע מינוט א נייע וועלט, עס איז נישט קיין חילוק וואס עס איז געשעהן נעכטן, היינט איז א נייע טאג און איך וועל פרובירן כאטש היינט מצליח צו זיין.

מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען "המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשי בראשית", דער אייבערשטער באנייעט יעדן טאג די וועלט פון פריש. לכאורה צו וואס פעלט דאס אויס? פארוואס האט דער אייבערשטער נישט געקענט באשאפן איינמאל די וועלט און עס אנשטעלן אז עס זאל ווייטער אליין פארן יעדן טאג? נאר דאס קומט ער אונז ווייזן, יעדן טאג איז א נייע יצירה, עס האט גארנישט מיט נעכטן, אז דו האסט נעכטן נישט מצליח געווען, פרוביר היינט, אפשר וועט עס היינט גיין.
אפשר איז היינט דיין גליקליכער מזל'דיגע טאג? און אויב דו וועסט פונקט היינט אויפגעבן און בלייבן זיצן מיט פארלייגטע הענט, וועסטו פארפאסן דיין ישועה!

סור מרע – הער שוין אויף צו קוקן אויף די שלעכטע דורכפעלער. ועשה טוב - לייג דיך אריין צו אויפטוהן עפעס גוטס אויף די וועלט.

בהצלחה!