יום שישי, מרץ 07, 2014

געדענקן און פארגעסן

געדענקן און פארגעסן

געדענקן זאכן וואס מען האט געזעהן געהערט אדער געליינט איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער אייבערשטער האט אונז געשאנקן, דאס העלפט אונז מאכן החלטות אין לעבן, דאס מאכט אז מיר זאלן קענען לעבן מיט אנדערע מענטשן און מיט זיך אליין, מען איז אזוי צוגעוואוינט דערצו אז מען כאפט נישט וואסערע מתנה דאס איז, ביז ווען מען זעהט אן עלטערע איד וואס הייבט שוין אן נעבעך צו פארגעסן, און מען זעהט ווי שווער דאס מאכט פאר אים און פאר אלע זיינע ארומיגע, דעמאלט כאפט מען ווי שטארק מען דארף דאנקן דעם אייבערשטן אויף די מתנה אז מען קען געדענקן.

דאס געדענקן ווערט איינגעטיילט אין דריי חלקים.
דאס ערשטע איז ווען מען זעהט אדער מען הערט א זאך אן צופיל אריינטראכטן, ווערט דאס אריינגעפיקטשערט אין מח. די צווייטע איז די "קורצע-טערמין געדענקן" ווי למשל ווען מען וויל געדענקן א טעלעפאן נומער פאר איין מינוט ביז מען לייגט עס אריין אין די פאון. און דערנאך איז דא די "לאנג-טערמין געדענקן" דאס איז זאכן וואס מען חזר'ט איין און מען וויל דאס געדענקן פאר א לענגערע צייט.
ווען עס קומט צו פארגעסן, איז פארשטייט זיך די ערשטע חלק וואס ווערט די שנעלסטע פארגעסן, דאס איז נישט אזוי ווייט ווייל מען האט עס פארגעסן, נאר ווייל מען האט עס קיינמאל נישט געדענקט, מען האט עס קיינמאל נישט פרובירט צו סטארידשן אין מח, און די זעלבע די צווייטע חלק, א זאך וואס מען וויל נישט געדענקן פאר צו לאנג, ווערט אויך פארגעסן גאנץ שנעל, ווייל עס איז קיינמאל נישט אריינגעגאנגען אין די טיפע קעמערלעך פונעם מח.
ווען מען קומט ארויס פון שוהל נאך שחרית און מען קען זיך נישט דערמאנען וואו מען האט געלייגט די קאר, און מען רעגט זיך אויף זיך אליין "פארוואס דארף איך אלעמאל פארגעסן?!" דאס איז נישט ווייל מען האט פארגעסן, נאר ווייל מען האט לכתחילה נישט צוגעלייגט קאפ צו געדענקן וואו מען האט עס געלייגט. ווען מען פרעגט איינעם וואס האט דער בעל-דרשן ארויסגעברענגט ביי זיין דרשה, און מען קען זיך נישט דערמאנען, מוז נישט זיין ווייל מען האט פארגעסן, נאר עס איז גאנץ מעגליך אז דער בעל-דרשן האט בכלל נישט גערעדט אן אינטערעסאנטע נושא, אזוי אז עס איז בכלל נישט אריין קאפ וואס ער האט געזאגט.
אמאל, פאר עס איז געווען סעלפאונס (ווער געדענקט?), האט מען אסאך מער געדענקט טעלעפאן נומערן, פשוט ווייל מען האט עס מער אריינגעלייגט אין מח, און מען האט עס געוואלט געדענקן, משא"כ היינט ווען מען האט סעלפאונס געדענקט מען שוין כמעט נישט קיין נומערן, (אויסער די וואס מען האט שוין געקענט פאר מען האט געהאט דעם סעלפאן), ווייל מען לייגט עס פשוט נישט אריין מח, עס ליגט דאך שוין אין די קאנטאקטס.

אבער דערנאך קומט די ריכטיגע אפטייטש פון פארגעסן, דאס זענען זאכן וואס זענען שוין יא געליגן אין די טיפע קעמערלעך, מען האט עס גוט גע'חזר'ט און געדענקט, און דאס קען מען אויך פארגעסן, איינער מער איינער ווייניגער, אבער יעדער איז געשלאגן מיט שכחה, דורשי רשומות זאגן ש'כן ח'ובת כ'ל ה'יצורים איז די ראשי תיבות "שכחה", דאס אפעקטירט יעדן איינעם פון גרויס ביז קליין.
אבער ווען מען פארגעסט עפעס איז לאו דוקא אז עס איז אינגאנצן אויסגעמעקט געווארן פונעם זכרון, נאר עס איז איבערגעדעקט געווארן מיט פרישע נייע אינפארמאציע, און דער אייבערשטער האט אזוי געמאכט אז די נייע אינפארמאציע דעקט איבער די אלטע און מען געדענקט מער די פרישע, און דאס איז פשוט א גרויסע טובה, אז מען דארף נישט געדענקן אלטע זאכן וואס זענען שוין מער נישט נוגע, מען געדענקט נאר די זאכן וואס מען דארף האבן אויף יעצט.
און צומאל ווען מען זעהט אדער מען הערט א געוויסע זאך וואס האט עפעס א קשר מיט די אלטע זאך וואס מען האט שוין לאנג פארגעסן, וועט יענע זאך ארויף שווימען אויפן אויבערפלאך און מען וועט זיך עס דערמאנען, און בכלל קען מען זיך צומאל דערמאנען גאר אלטע זאכן וואס מען האט שוין לאנג פארגעסן, דאס ווייזט אז קיין שום זאך ווערט נישט אויסגעמעקט פון די זכרון-מעמארי, דער מח האט פלאץ פאר אינפארמעישאן בלי גבול, נאר אלטע זאכן ווערן געסטארעדשט ערגעץ אין די בעק, און עס קען ווערן צומאל ארויס געשלעפט לעת הצורך.

רבי נחמן ברסלבער זאגט (שיחות הר"ן כו) אז ביי די וועלט איז "שכחה" א חסרון, מען רעגט זיך אז מען פארגעסט, אבער ער האלט אז שכחה האט א געוואלדיגע מעלה, אן דעם וואלט א מענטש נישט געקענט אנגיין אין לעבן, עס וואלט אים שטענדיג ארויפגעקומען שלעכטע קאשמארן פון די פארגאנגענהייט, קומט אויס אז דאס איז א גרויסע טובה אז מען פארגעסט, און נאר אזוי קען מען ווייטער ממשיך זיין מיטן לעבן. גזירה על המת שתשתכח מן הלב, און די זעלבע מיט אנדערע צרות ווערט פארגעסן מיט די צייט, און דאס איז א גרויסע טובה.
און ער איז ממשיך אז די זעלבע איז ברוחניות, עס איז אויך א טובה ווען מען פארגעסט אלטע זאכן, ווייל ווען א מענטש וואלט געדענקט אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן וואלט ער געווען אינגאנצן צובראכן און ער וואלט נישט געקענט גארנישט טוהן אין עבודת ה'. פונקט דעמאלט ווען א מענטש וויל זיך זעצן לערנען אדער זיך שטעלן דאווענען, קומט דער יצר הרע און דערמאנט אים זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, און דער מענטש מיינט נאך אז דאס איז א גוטע זאך, מען דארף זיין צובראכן אז מען האט געזינדיגט, אבער דער אמת איז אז דאס איז נאר מעשה יצר מיטן ציהל צו צוברעכן דעם מענטש, "איך האב דאך נעכטן געטוהן דאס און דאס, ווי אזוי קען איך נאך יעצט דאווענען?", און כל שכן ווען מען וואלט געדענקט אלעס וואס מען האט אפגעטוהן מיום הוולדו ועד עתה וואלט מען דאך זיכער נישט געקענט אנגיין, און דערפאר דארף מען שטענדיג פארגעסן אלע דורכפעלער וואס מען האט געהאט, און מאכן אייביג א נייע התחלה, אריבערמישן דאס בלעטל און אנהייבן פון דאסניי, נאר אזוי קען מען מצליח זיין.

און אפילו פארגעסן דאס לערנען איז אויך א טובה. אזוי שטייט אין מדרש (קהלת רבה א, יג) אז דערפאר האט דער אייבערשטער געמאכט אז מען זאל פארגעסן דאס לערנען, ווייל אויב נישט וואלט מען געגעבן א לערן אפ די גאנצע תורה אין צוויי דריי יאר, און מער וואלט מען נישט געלערנט, אבער אזוי אז מען פארגעסט דארף מען אייביג לערנען נאכאמאל און נאכאמאל. אין אן אנדערע מדרש (יט, כ) איז דא משל צו איינעם וואס האט געדונגען ארבעטערס אז זיי זאלן אים אנפיהלן א פאס מיט וואסער, און ער וועט זיי צאלן אויף די שעה ביז עס ווערט אנגעפיהלט, אינמיטן גיסן האבן די ארבעטערס באמערקט אז דער פאס איז געלעכערט און די גאנצע וואסער רינט ארויס, האבן א חלק ארבעטערס אויפגעהערט צו גיסן זאגענדיג "וואס האבן מיר צו גיסן, אז עס רינט ממילא ארויס?" אבער איין חכם האט געזאגט "וואס שטערט מיר אז עס גיסט ארויס, איך באקום סיי ווי באצאלט פאר יעדע שעה וואס איך גיס אריין וואסער", און די זעלבע איז ביים אייבערשטן וואס האט געהייסן צו אנפילן דעם קאפ מיט תורה, אבער ער האט אויך געמאכט לעכער ווי די תורה רינט ארויס, און דער חכם זאגט "וואס שטערט עס מיר? איך באקום שכר פאר יעדע ווארט תורה וואס איך לערן". און לעתיד לבוא וועט מען דערמאנען פארן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט.

על כל פנים, "פארגעסן" איז נישט אזא שלעכטע זאך, עס קומט צוניץ צו פארגעסן שלעכטע קאשמארן, מאנכע זאגן אז דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן פארגעסן א דענטיסט אפוינמענט, פשוט ווייל אפילו עס איז זייער וויכטיג, אבער דאס ברענגט ארויף א נישט בא'טעמ'טע זכרון, קיינער האט נישט ליב צו זיצן אויפן דענטיסט בענקל, נאר מען האט נישט קיין ברירה, און דערפאר קומט עס נישט ארויף אין זכרון.

און דאס וואס מען האט שלעכטע זכרונות פון א טראומא א.ד.ג. וואס מען איז דורך געגאנגען, דאס איז ווייל די זאך האט גאר שטארק מעורר געווען די הרגשים פונעם מענטש, און דערפאר האלט מען עס אין איין איבערטראכטן, און "אז מען חזר'ט געדענקט מען", מען טראכט עס איבער אזויפיל מאל ביז עס ווערט אריינגעקריצט אין זכרון. מען קען זיך טאקע נישט אויסלערנען צו פארגעסן, אבער ווי ווייניגער מען טראכט איבער א שלעכטע זאך וואס עס איז געשעהן, ענדערש מישט מען איבער דאס בלעטל און מען גייט ווייטער, אלץ ווייניגער וועט עס צוריק ארויף קומען אין די שפעטערע יארן. אן עצה צו דעם איז זיך אריינצולייגן דעם מח אין אנדערע זאכן, אין אינטערעסאנטע זאכן וואס אינטערעסירן מער, אזוי פארגעסט מען פון די צרות. אדער זאגן געוויסע אז ווען מען שרייבט אראפ די שווערע זכרונות אויף א פאפיר, דעמאלט דרוקט עס שוין נישט אזוי שטארק אויפן מח.

און דאס קומט אויך צוניץ ביים לערנען מיט קינדער, ביים מחנך זיין קינדער. א זאך וואס דער קינד האט זיך אויסגעלערנט מיט שלעק און מיט פחדים, אפילו יעצט וועט ער עס טוהן ווייל ער האט נישט קיין אנדערע ברירה, אבער ער וועט עס שנעלער פארגעסן ווי א זאך וואס ער האט זיך אויסגעלערנט פרייליכערהייט, און די זעלבע איז ביים לערנען מיטן קינד תורה, א שטיקל גמרא אדער חומש וואס איז אריינגעצווינגען געווארן מיט פעטש, וועט מען אסאך שנעלער פארגעסן ווי א שטיקל וואס מען האט געלערנט מיט געשמאק, מיט א שיינע מעשה אדער משל צו די זייט.
אין חיי מוהר"ן (תלב) שטייט א מעשה אז איד האט געברענגט זיין בר מצוה בחור צו רבי נחמן מברסלב אויף שבת, און ער האט א גאנצע וועג אסאך גע'חזר'ט מיטן בחור ווי אזוי מען מאכט קידוש שבת צופרי, ער האט נישט געוואלט האבן קיין בושות דארט אין שוהל, ער האט גע'חזר'ט מיט אים איינמאל און נאכאמאל, אבער למעשה ווען עס איז געקומען צום קידוש, און דער אינגל האט אנגעהויבן זאגן, איז ער געווארן אינגאנצן צומישט און ער האט נישט געקענט זאגן ווייטער, האט רבי נחמן געזאגט פארן טאטן "האסט מסתמא אסאך געמוטשעט דאס קינד און גע'חזר'ט מיט אים צו זאגן קידוש מיט גרויס פרעשור, און דערפאר געדענקט ער עס נישט. ווען דו וואלסט עס געלערנט מיט אים אויף א לייכטע אופן עטליכע מאל, וואלט ער עס בעסער געדענקט".
און ער איז אריין אין א שמועס אז דאס איז זייער א וויכטיגע זאך פאר מלמדים און מחנכים אז מען דארף לערנען מיט קינדער אויף א לייכטע וועג אן קיין פרעשור, און אזוי וועלן די קינדער קענען אסאך בעסער די לימודים, משא"כ ווען מען לערנט ווייל מען האט מורא און מיט די פרעשור אז מען דארף געדענקן, וועט מען עס שנעלער פארגעסן. ער האט געזאגט א ווערטל אז ווען מען לערנט מיטן קינד חומש מיט טייטש, און מען שרייט אן דאס קינד "געדענק שוין! געדענק שוין!" און נאכדעם ווען מען וועט איבערפרעגן דאס קינד, "וואס טייטש די ווארט?" וועט ער ענטפערן אז עס טייטש "געדענק שוין!"...

און צום שלוס לאמיר דערמאנען וואס דער רבי אין חדר פלעגט זאגן "האסט פארגעסן די דברים חומש? און צו עסן פרישטאג האסטו אויך פארגעסן?!" (דא קומט א פראסק), ווייל א זאך וואס מען פיהלט אז פעלט אויס צום לעבן דאס פארגעסט מען נישט. און דאס זאגט דוד המלך אין תהלים "לעולם לא אשכח פקודיך", פארוואס? "כי בם חייתנו" – ווייל דאס איז מיין לעבן!

וואס האב 'איך' פון דעם?

וואס האב 'איך' פון דעם?

איך בין זייער שטאלץ צו וואוינען אין ניו יארק סיטי, האבענדיג אזא געלונגענעם מעיאר ווי בלומבערג יר"ה - זאגט מיר אמאל מיינער א פריינד אינמיטן א שמועס. וואס ביזטו אזוי איבערגענומען פון דעם בלומבערג? - פרעג איך אים, הייבט ער מיר אן מסביר'ן אז דו דארפסט וויסן ווי אזוי די סיטי האט אויסגעזעהן פון בעפאר, די סיטי איז געווען פארזינקען אין חובות, א גרויסע דעפיציט, און דער בלומבערג האט גענומען די זאך אין די הענט, און געמאכט פון די סיטי א לייט, ביז עס האלט שוין היינט ביי א שיינע סורפלוס, ער האט ממש געשטעלט די שטאט אויף די פיס - פירט ער אויס מיט פאטאס.
איך האב אים נאר צוריק געפרעגט א קליינע פראגע - און וואס האב 'איך' פון דעם? פיין און וואויל ער איז א אפשר א גוטער ביזנעס פירער, ער קען שטעלן די סיטי אויף די פיס, אבער 'איך' דארף יעצט צאלן איבריגע $55 פאר א פארקינג טיקעט, און 'איך' דארף זיין אויסגעשטעלט יעדן צווייטן טאג צו א נייע גזירה-משוגעת פון זיין קרומע קאפ א.א.וו. הכלל עס קען זיין אז פאר די סיטי האט ער געהאלפן, אבער מיר פערזענליך האט ער נאר געמאכט צרות, און ברוך ה' אז מיר גייען שוין בקרוב פטור ווערן פון אים.

כלפי מה דברים אמורים?
איך שפאציר אזוי אויפן גאס דעם זונטאג ביינאכט, און איך טרעף מיין חבר וואקענדיג מיט האסטיגע טריט, ווען ער איז טיף פארזונקען אין זיין סמארט-פאון, שיקענדיג פאר זיינע נאנטע חברים די בילדער וואס ער האט געהאט די זכי' צו כאפן ביים גרויסן מעמד קידוש השם ברחובות העיר תחת כיפת השמים.
עס איז געווען אינמיטן א סטריט, באופן אז איך האב נישט געקענט כאפן פון וועלכע כינוס ער קומט, איך שטעל אים אפ, און נאכן באגריסן פרעג איך אים, נא, ווי אזוי איז געווען די כינוס? ער הייבט אן רעדן מיט באק ציינער, דאס איז שוין געווען דער סתימת הגולל פון ר' ….., געענדיגט, יעצט זעהט שוין יעדער ווער עס איז די זאך, קיינער האט זיך נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו יענעם, ער האט נעבעך געהאט אן אויסגעשפילטער עולם, נישט קיין געלונגענע רעדנערס, און ביי אונז איז געווען אזא קנאק, איך זאג דיר דו ווייסט נישט וואס דו האסט פארפאסט.

דער צווייטער שמועס האט מיר דערמאנט פון דעם ערשטן שמועס, וואס איז פשט פון די גרויסע איבערגעגעבנקייט וואס די חסידים האבן צו זייער רבי'ן? אז זיי מוזן איבערדרייען די שטאט אויפציווייזן אז זייער רבי האט געהאט א גרעסערע עולם, און עס קרענקט זיי ממש צו הערן/ליינען אז דער ברודער האט מער מצליח געווען אין סיי וועלכע הינזיכט.
די שווערע שאלה איז, "וואס האב 'איך' פון דעם?" שוין, איך הער אז דיין רבי איז מער געלונגען, ער האט העכערע פארענטשעס, ער קען צוזאמשלעפן א גרעסערער עולם, ער איז מער מעכטיג. אבער אפשר שטעלסטו דיך אפ א סעקונדע און דו טראכסט, וואס האב 'איך' פון דעם וואס מיין רבי איז מער געלונגען? עס וועט מיר העלפן באצאלן מיין מארגעדזש/רענט/שכר לימוד/לעקטער/געז/וואסער/קאנטרי? עס וועט מיר העלפן מיין שלום בית? עס וועט מיר העלפן מיט מיינע קינדער? עס וועט מיר העלפן מער מצליח זיין אין לעבן? די איינציגסטע זאך וואס עס וועט העלפן אז די נעקסטע טאג אין מקוה וועל איך קענען שרייען העכער אז מיין רבי איז מער געלונגען און האט מער מענטשן.
וועסטו אודאי ענטפערן: נעה, מיר אינטערעסירט נישט די אלע זייטיגע נארישקייטן, איך וויל א רבי וואס איז א גוטער פירער, ער שטעלט צו גוטע מוסדות פאר מיינע קינדער, ער שטעלט צו גוטע בתי מדרשים, ער שטעלט צו גוטע סערוויסעס, און בנוסף איז ער נאך אן ערליכער איד, און ער איז מיר מעורר מיט זיינע שלש סעודות תורות, איך וויל נעמען ביי אים א ברכה, און זיך מזכיר זיין ביי אים בעת צרה א.א.וו.
אויב דאס איז די קעיס, דעמאלטס וואס איז פשט פון די טענה'רייען? וואס גייט דיר אן אז דער קאנקורענט איז מער אדער ווייניגער מצליח? פארוואס דארפטו אייביג אויפווייזן אז דיין רבי איז על הגובה? סך הכל ביזטו מער צופרידן ביי דיין רבי'ן און דער צווייטער איז מער צופרידן ביי זיין רבי'ן, זאל זיך יעדער גיין במקום שלבו חפץ, און לאזן יענעם געמאך.

דאס גייט מיר נישט אריין אין קאפ. וואס איז די אמת'ע סיבה פארוואס מענטשן גייען אין פייער פאר זייער רבי'ן, וואס שטעלט דיר דער רבי צו אז דו זאלסט זיך דארפן אזוי אנעמען פאר אים, און צוטרעטן יעדן איינעם וואס וואגט זיך צו זאגן פארקערט?

דער מדרש זאגט די וואך (פ' קרח) אן אינטערעסאנטע זאך. ווי אזוי איז און בן פלת געראטעוועט געווארן פון עדת קרח, און נישט געווארן איינגעשלינגען אין דער ערד אזוי ווי זיי? זאגט דער מדרש אז זיין ווייב האט אים געראטעוועט, מרת און'טע האט אים געזאגט בזה הלשון, "איך פארשטיי דיר נישט, פארוואס קאכסטו אזוי אין די מחלוקה? אויב אהרן וועט זיין כהן גדול וועסטו דאך נאר זיין א תלמוד ביי אים, און אויב קרח וועט זיין כהן גדול וועסטו ווייטער זיין נאר א תלמוד".
די נקודה וואס זי האט ארויסגעברענגט איז, אז די מחלוקת דא איז דאך נאר ווער עס זאל זיין דער רבי, ווי אזוי עס וועט זיך נאר אויסשטעלן וועסטו אייביג בלייבן נאר דער תלמוד, און אויב אזוי צו וואס דארפסטו אזוי פארפירן, האלטסטו אז אהרן איז בעסער זאלסטו גיין צו אים, האלטסטו אז קרח איז בעסער דעמאלטס גיי צו אים, אבער וואס איז פשט פון איבערדרייען די שטאט און ארום גיין א גאנצע נאכט חוזק מאכן פון משה רבינו און אויפווייזן אז קרח איז גערעכט? און מיט די טענה האט זי אים געראטעוועט.

היסטאריע חזר'ט זיך איבער
די זעלבע טענה איז דא אויך אויף אונז, אויב האלטסטו אז פלוני איז בעסער גיי צו אים, און שיק דיינע קינדער צו אים, אויב האלסטו אז אלמוני איז בעסער דעמאלטס גיי צו אים, און האלט דיך זייער שטארק ביי אים, אבער איינמאל דו ביזט ביי איינעם, דארף דיר אינגאנצן נישט אינטרעסירן וואס דער צווייטער טוט, דו ביזט דאך נישט געגאנגען צו פלוני ווייל ער האט א גרעסערע עולם און ער קען מאכן א גרעסערע טראסק, דו ביזט דאך דארט נאר ווייל דו האלסט דארט וועט זיין בעסער פאר 'דיין' הצלחה, און ממילא פארוואס דארף דיר פאראינטערעסירן וועלכע 'רבי' האט מער הצלחה?

ווען מען גייט שאפן פאר א רבי'ן דארף מען אייביג האבן פאר די אויגן איין מעסטער: "וואס האב 'איך' פון דעם?" גיי איך עפעס פארדינען פון דעם רבי'ן ברוחניות אדער בגשמיות? און אויב יא וועל איך גיין צו אים, און עס וועט מיר בכלל נישט שטערן אויב דער קאנקורענט איז מער מצליח, ווייל מיין ציהל איז נישט אז מיין רבי זאל מער מצליח זיין, מיין ציהל איז אז 'איך' זאל מער מצליח זיין!

אנטשולדיגט, זייט מיר מוחל.

אנטשולדיגט, זייט מיר מוחל.

דער צויבער-ווארט "אנטשולדיגט" אדער ווי אנדערע זאגן עס "איימעסארי" אדער "סליחה" בלע"ז, האט אין זיך עפעס א ספעציעל שטארקן כח, וואס קען אויפטוהן גאר גרויסע זאכן מיטן ווערן געזאגט, און קען שעדיגן גאר אסאך מיטן נישט ווערן געזאגט.

זאל זי צוריק גיין פון ווי זי איז געקומען
די פארגאנגענע וואך איז געווען אין די נייעס פון סאוט קאראליינע, דער פארזיצער פון דעמאקראטישע פארטיי דארט האט זיך אויסגעדרוקט זייער נישט שיין אויף דעם דארטיגן גאווערנער וועלכע איז די ערשטע אינדיאן פרוי צו ווערן א גאווערנער אין אמעריקא, זאגענדיג: "זאל זי צוריק גיין פון ווי זי איז געקומען", עס איז גלייך געווארן א שטורעם איבער זיינע ווערטער, עס איז זייער נישט שיין אזוי זיך אויסצודרוקען אויף אן אימיגראנט וואס איז אזוי שיין ארויף געקראכן אויפ'ן לייטער צו ווערן א גאווערנער, און דער פארזיצער איז געווארן אראפגעזעצט פון זיין פאזיציע, צוליב זיינע ווערטער.
ווען מען האט געפרעגט דעם פארזיצער וואס ער האט זיך צו פארענטפערן איבער דעם, האט ער געזאגט: "איך האב נישט געמיינט צו זאגן אז מען זאל איר דעפארטירן צוריק צום לאנד ווי זי איז נתגדל געווארן, איך האב נאר געמיינט אז זי זאל צוריקגיין זיין אן אקאונטענט אין א לאקאל ביזנעס", אויך מיר א תירוץ.. און פארשטייט זיך אז דאס פארענטפערן האט נאך געמאכט גרעסער דעם סקאנדאל, אז אנשטאט זיך אנטשולדיגן האט ער זיך נאך פארענטפערט, ווען ער האט ווען שכל זאגט ער גלייך, "איימעסארי ס'איז געווען א פליטת הפה זייט מיר מוחל", און מיט דעם וואלט ער געקענט אפראטעווען זיין פאזיציע, אבער די ביסל איגא וואס האט אים נישט געלאזט זאגן די ווערטער, האט געמאכט א סתימת הגולל אויף זיין קאריערע.
דאס איז נישט אן איינמאליגע נייעס, יעדע שטיק צייט הערט מען די זעלבע נייעס נאר מיט אנדערע נעמען און אויף אנדערע ערטער, אבער הצד השווה שבהן אז ווען די גאווה לאזט נישט מודה זיין און זיך אנטשולדיגן, טויג נישט די מצב און לכבוד דעם פארלירט מען אסאך, און ווען מען האט יא אביסל שכל און מען בייגט זיך אראפ דעם קאפ, און מען אנטשולדיגט זיך, אפילו ווען אויף די מינוט איז עס נישט אזוי בא'טעמ'ט, האט מען אבער למעשה הנאה דערפון, ומודה ועוזב ירוחם.

וואס איז פשט פון דעם?
כאטש בעצם איז דאס איז נישט אזוי פארשטענדליך, למעשה האסטו דאך יענעם גוט אריין געזאגט צום פינטל, והא ראי' אז עס האט יענעם גוט געבאדערט, און אז דער הונט בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען, וואס איז שוין יעצט בעסער אז דו זאגסט אנטשולדיגט? יענער ווייסט גאנץ גוט אז דו האלט'ס דיך ווייטער ביי דיין מיינונג פונקט ווי פריער, אבער ווי וואונדערליך עס זאל זיך נישט הערן איז דאס אבער די פאקט אז ווען מען זאגט "אנטשולדיגט" בארוהיגט זיך יענער, די שווערע געפילן גייען אראפ פון הארץ, אמאל קען מען עס נישט טוהן גלייך אויפ'ן מאמענט, אל תרצה את חבירך בשעת כעסו, אבער פריער אדער שפעטער קען מען עס געווענטליך טוהן, און מיט דעם איינעם צויבער-ווארט "אנטשולדיגט" גייט אראפ די ברויזענדע כעס.
קען זיין אז דער פשט דערפון איז אז דער עיקר כעס קומט פון דעם וואס שמעון שפירט אז ראובן האט מזלזל געווען בכבודו, ער האט אים נישט געהאלטן גענוג חשוב, אין אנדערע ווערטער, ראובן האלט זיך מיט א קאפ העכער פון אים און קוקט אים אראפ, יעצט ווען ראובן בייגט זיך אראפ דעם קאפ און בעט איבער שמעון, דעמאלט'ס פיהלט שמעון אז ראובן האט אוועקגעגעבן זיין כבוד פאר אים, ער האט זיך אראפגעבויגן פאר אים, און מיט דעם גייט אראפ די כעס, והכל על מקומו יבא בשלום.

איך האב עס געטוהן, און איך גיי עס מער נישט טוהן
לאמיר נעמען א משל פון א מלמד אין חדר, ביי לאנטש האבן די קינדער זיך געשפילט, און ארי - א ווילדער אינגל - איז געווען אביסל צולאזט און אויפגעהויבן א בענקל צו ווארפן אויף א צווייטן אינגל, אבער צו זיין שלעכט מזל האט עס געלאנדעט אויפ'ן פענסטער, וואס איז גלייך צובראכן געווארן פונעם שטארקן קראפט.
יענקי דער באקאנטער מסור-קעצל, איז גלייך געלאפן צום מלמדים שטיבל, און אריינגעקלאפט מיט אימפעט און דערציילט דעם מלמד וואסערע שוידערליכע אקט דער ארי האט געטוהן, דער מלמד קומט ארויס שוימענדיג פאר כעס, און ער געבט אריין פאר ארי מנה אחת אפים, און עס אינטערעסירט אים אפילו נישט צו הערן וואס ארי האט זיך צו פארענטפערן, "תירוצים איז נישט אינטערעסאנט" פסק'נט ער אפ.
וואס טוט זיך אבער ווען ארי האט שכל און נאך איידער יענקי האט א געלעגנהייט צו לויפן אויסזאגן, לויפט ער אליינ'ס צום מלמד און זאגט אים: "איך בין געווען זייער ציווילדעוועט און איך האב בטעות צובראכן די פענסטער, זיי מיר מוחל, איך וועל עס מער קיינמאל נישט טוהן", דעמאלט'ס גייט שוין גאר אן אנדערע פרשה, דער מלמד וועט אים אפשר גוט אנזאגן אז ער געבט אים נאך איין שאנ'ס, און אפשר וועט ער אים הייסן באצאלן אויך, אבער כ"ע מודי אז דאס איז שוין אן ענין אחר לגמרי.
וואס איז אייגענטליך די חילוק פון די צוויי מעשיות? דער אקט איז לכאורה די זעלבע, נאר דער חילוק איז איין ווארט, דער צויבער-ווארט "אנטשולדיגט", ווען דאס ווערט געזאגט טוישט זיך די גאנצע מעשה, און מען קוקט שוין אויף די זאך מיט גאנץ אנדערע ברילן.
ווי שלעכט דער אקט וואס מען האט געטוהן זאל נאר זיין, אבער ווען מען אנטשולדיגט זיך נאכדעם, איז גאר אן אנדערע מעשה.

מלכותא דארעא כעין מלכותא דרקיעא
אזוי ווי עס ארבעט דא אויף דער ערד אזוי ארבעט עס אויך ביים אייבערשטן אין הימל, דער מדרש זאגט (מד"ר בלק, כ, טו) ביי בלעם הרשע ווען ער איז געגאנגען שעלטן די אידן, זאגט דער מדרש: "ויאמר בלעם אל מלאך ה' חטאתי, שהיה רשע ערום ויודע שאין עומד מפני הפורעניות אלא תשובה שכל מי שחוטא ואומר 'חטאתי', אין רשות למלאך ליגע בו", דער בלעם איז געווען א קלוגער רשע, ער האט געוואוסט דעם סוד אז ווען א מענטש זאגט "חטאתי - איך האט געטוהן אן עולה, יא איך בין מודה", איינמאל דאס ווערט ארויסגעזאגט, כל מי שחוטא ואומר חטאתי אין רשות למלאך ליגע בו, קען אים קיינער גארנישט טוהן.
ענליך צו דעם איז דא אין זהר (פ' בא דף מא.) נאך דעם באקאנטן שטיקל פון "פקודא בתר דא" וואס מען זאגט פסח ביינאכט, גלייך נאכדעם אין זוהר איז ער ממשיך: און די זעלבע דארף א איד זאגן פארן אייבערשטן אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן, איי וועסטו פרעגן צו וואס דארף מען עס זאגן, דער אייבערשטער ווייסט דאס דאך אליינ'ס, ער ווייסט דאך אלעס? זאגט דער זוהר אז ווען דער מלאך רע קומט צום אייבערשטן מקטרג זיין אז דער מענטש האט געטוהן די עבירה, אויב דער מענטש האט געהאט שכל און ער האט מקדים געווען דעם מלאך, ער האט שוין פריער געזאגט פארן אייבערשטן וואס ער האט געטוהן און זיך אנטשולדיגט, זאגט דער אייבערשטער פארן מקטרג, איך בין נישט אינטערעסירט צו הערן וואס דו זאגסט, דער מענטש אליינ'ס האט מיר שוין אלעס דערציילט, איך וועל זיך שוין אליינ'ס דורכקומען מיט אים, דו קענסט גיין פון דא.

כלל היוצא:
מען דארף וויסן דעם גרויסן כח וואס ליגט אין דעם ווארט "אנטשולדיגט", סיי בין אדם לחבירו, האסט געטוהן פאר יענעם אן עולה? בייג דיר אראפ דעם קאפ און אנטשולדיגט דיך, און אזוי וועסטו זיך איינשפארן אסאך צרות, און סיי בין אדם למקום, האסט געטוהן אן עבירה? אנטלויף נישט יעצט, עס איז סיי ווי נישטא ווי צו אנטלויפן, אנטשולדיגט דיך פארן אייבערשטן, "איימעסארי, איך האב געטוהן אן עולה, און איך וועל עס מער נישט טוהן".

ומודה ועוזב ירוחם.

מיין היימישע סיסטעם

מיין היימישע סיסטעם

אונזער היימישע סיסטעם האט כמה וכמה פראבלעמען, אבער א לעזונג צו די פראבלעמען איז דא גאנץ שוואך.
און די תוצאה איז געווענטליך אויף איינע פון צוויי עקסטרעמען, אדער מאכט מען אפ אז אלעס וואס מען האט געלערנט איז נארישקייטן, און מען לאזט אלעס אפ, איינער בגלוי און א צווייטער בסתר און א דריטער למחצה ולשליש.
אדער נעמט מען דעם אנדערן עקסטרעם, אז מען מאכט צו די אויגן און מען גייט ווייטער אזוי ווי ביז יעצט, אזוי ביניך אויפגעוואקסן און אזוי וועליך בלייבן, דאס איז עס און מען קען עס נישט טוישן.
און ביידע וועגן זענען נישט די ריכטיגע סעלושען, ווייל ביידע וועגן באפרידיגט נישט די נשמה און מח, מען פילט אז עפעס פעלט דא, עפעס שטומט נישט, עס בארוהיגט נישט דעם מח.

וואס יא? עס איז דא א דריטע מיטל-וועג, וואס דאס איז לדעתי זייער געשמאק, א בחינה פון אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא.
די תורה ומצות זענען זייער געשמאק און זיס, "דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותי' שלום", ועוד נאך אסאך פסוקים וואס זאגן אז די תורה און מצות און דער באשעפער זענען זייער זיס און געשמאק, ומשם ראי' אז אויב מען פילט אז דאס איז נישט אמת, עס איז בכלל נישט זיס, איז א סימן אז די תורה וואס מען טוט איז נישט די זעלבע תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן.
און דאס איז די צוויי הויפט פראבלעמען וואס פלאגט אונזער סיסטעם/חינוך.
1. מען לייגט צו אסאך מער וויפיל די תורה האט באפוילן, און מען רעדט אסאך מער פון די טפלים וואס מען האט צוגעלייגט ווי פון די עיקרי התורה; פון וואס רעדט מען מער, פון תאוות אכילה אדער פון לייגן תפלין? פון דאס דאווענען וואס דארף נעמען כאטש א שעה, אדער פון היטן שבת? ועוד הרבה.
איך האב שוין געשריבן דא ערגעץ וועגן דעם איד וואס האט געקויפט א זאק וואס גייט אין דעם אריין 100 פאטעטעס, אבער ער איז געווען אן אויבער-חכם און דוקא געוואלט אריינשטופן דארט 1000 שטיק, ער האט אנגעהויבן שטופן און ער האט געזעהן אז עס גייט א מחי', עס לאזט זיך אריינשטופן וויפיל ס'גייט, אבער ער האט נישט באמערקט ווי פון אונטן האט זיך געעפענט א גרויסער לאך, און די ערשטע 100 פאטעטעס זענען שוין פון לאנג ארויסגעפאלן, והנמשל מובן.
2. מען מאכט דעם באשעפער פאר אזא סארט באגי-מען, עפעס א שרעקעדיגער מאנסטער וואס זוכט נאר צו רודפ'ן די מענטשהייט, און כאפן מענטשן ביי עבירות; פון וועלכע זוהר רעדט מען מער, פון דעם זהר אז אויף געוויסע עבירות העלפט נישט קיין תשובה (וואס ווערט איינמאל דערמאנט אין זהר, און אויף א צווייטע פלאץ אין זהר שטייט פארקערט), אדער פון דעם אנדערן זוהר אז יעדע קלייניקייט וואס א איד טוט פארן אייבערשטן איז זייער חשוב און מאכט א גרויסן רעש אין אלע עולמות (וואס דאס ווערט דערמאנט אין יעדע איינציגע פרשה אין זהר)?

איך גלייב נישט אז דאס וואס עס באדערט דעם עולם איז די חיצוניות פונעם סיסטעם, דער שטריימעל איז נישט אזוי שווער ווי דאס וואס ליגט אונטערן שטריימל, דער מח באדערט, מען באקומט נישט קיין צופרידנשטעלנדן ענטפער אויף די קשיות וואס שטערט דעם מח, די אידישקייט מאכט נישט גוט פילן, ממילא צו וואס דארף איך עס?

וואס איז די עצה? מיין עצה איז אז מען זאל מחנך זיין זיך און די קינדער מיט די עיקרי הדת, מיט די תרי"ג מצות אזוי ווי חז"ל האבן אונז געלערנט, און דאס דארף גיין מיט א שמחה און געשמאק, דער אייבערשטער איז זיך מחי' מיט מיר ווען איך טוה א מצוה, ער האט מיר זייער ליב, און ווען איך טוה אן עבירה שטערט עס אים זייער שטארק, אבער ער ווארפט מיר נישט אוועק וועגן דעם, ער ווארט נאר אז איך זאל צוריק קומען צו אים, עד יום מותו תחכה לו לתשובה, און איינמאל איך בין צוריק ביי אים איז אלעס צוריק ווי פריער מיר זענען די בעסטע חברים, און מיר פארשטייען זיך איינער דעם צווייטן.
און להבהרת הדברים: צו דעם פעלט בכלל נישט אויס צו טוישן די חיצוניות, מען דארף נישט ווערן אויס חסידישער איד לכבוד דעם, ווייל איינמאל דער מח איז צופרידן, ער ווייסט אז ער טוט גוטע זאכן, מאכט שוין די חיצוניות גארנישט אויס, און סתם צו טוישן די לבוש וכדו' וואס מען איז מיט דעם אויפגעוואקסן פעלט נישט אויס, עס געבט נאר צו צום געשמאק, און פארשטייט זיך אז מען קען ווייטער עסן הערינג מיט אייער קוכל, און איינטונקן די חלה אין די טאמעטע דיפ.

אבער.. איך בין נאר איין אפגעריסענער ניק פון קאווע שטיבל, און איך קען נישט טוישן דעם סיסטעם, און אפילו אלע ניק'ס וועלן זיך צוזאמנעמען וועלן זיי אויך נישט קענען טוישן דעם סיסטעם, מיט וויפיל אשכולות וואס מען וועט נאר נישט עפענען.
אבער מיינע קינדער קען איך העלפן, איך שיק זיי טאקע אין היימישע מוסדות אינעם רעגולען סיסטעם, איך בין פולשטענדיג אינעם סיסטעם ראשי ורובו, אבער אינדערהיים ביי סאפער און שבת ביים טיש, בין איך מחנך מיינע קינדער רק על דרך התורה, מיר דארפן טוהן נאר וואס די תורה הייסט, און יעדע מצוה וואס מען טוט איז מען מחי' דעם אייבערשטן דערמיט, און מען באקומט פאר דעם גאר א גרויסן שכר, און אויב מען פאלט דורך מיט אן עבירה, איז דא אן "אנדא" קנעפל, וואס רופט זיך תשובה, און דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען מען טוט תשובה, ער האט דאך דערפאר באשאפן די מענטשן אויסער די מלאכים, ווייל זיי האבן א יצר הרע, און זיי פאלן דורך און הייבן זיך צוריק אויף, כי שבע יפול צדיק וקם, די קונץ איז נישט צו זיין אייביג וואויל, די קונץ איז אייביג צוריק צו קומען צום באשעפער, און אז דער באשעפער איז א גוטער און ער איז גרייט פאר אונז בכל עת מצוא, ער האט שטענדיג אן אפען אויער אונז אויסצוהערן און צו העלפן מיט וואס מיר דארפן ביד רחבה.
און וואס זאל איך אייך זאגן? רעדן האט א געוואלדיגע כח, עס גייט זיי אריין אין די ביינער, און איך שעפ ב"ה אסאך נחת פון זיי, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער.

אויף איין זאך בין איך זייער מקפיד, נישט צו רעדן שלעכט אויף קיין "שום" גדול בישראל, אויף קיין שום משפיע אדער מנהיג.
פארוואס? ווייל איך האלט אז כדי צו קענען לעבן אויף די אויבענדערמאנטע וועג מוז מען האבן אסאך חיזוק און הדרכה, אזוי ווי די חז"ל זאגן דברים הצריכים חיזוק תורה ותפלה ודרך ארץ וכו', און דאס באקומט יעדער איינער פון א פלאץ וואס ציעט אים, לאו דוקא פון דעם רבי'ן וואס מיין טאטע האט געהאט חיזוק פון דעם רבי'נס טאטע, איך האב געטראפן מיין חיזוק און סיפוק אין ברסלב, איך ווייס אבער נישט ווי מיינע קינדער וועלן עס טרעפן, דערפאר געב איך זיי חיזוק אויף שמירת התורה והמצות מיט שמחה און געשמאק, און ווען זיי וועלן עלטער ווערן וועלן זיי טרעפן א פלאץ פון ווי זיי וועלן קענען נעמען זייער חיזוק, און דערפאר רעד איך נישט אויף קיינעם, ווייל ווען איך וועל רעדן וועלן זיי גיין נאך ווייטער אז קיינער איז נישט גוט, און זיי וועלן אלעס אפלאזן, איך וויל זיי געבן דעם שאנס צו קענען טרעפן א פלאץ וואס זאל באפרידיגן זייער נשמה.

דאס איז מער/ווייניגער די נקודות אויפן שפיץ גאפל, איך האף אז איך האב עס גענוג גוט ארויסגעברענגט.

איך האב פרובירט דעם וועג מיט גרויס הצלחה, און ווער עס וויל עס נאכמאכן הרשות בידו.

איך בין פרייליך אז איך בין א איד!

איך בין פרייליך אז איך בין א איד!

פרייליך, פארוואס?
אויך מיר א איד! דאס מיינט א איד? אזוי פירט זיך א איד אויף? אזוי זעהט אויס דאס דאווענען און לערנען פון א איד? אזוי זעהט אויס א שבת פון א איד? אזוי זעהט אויס די אויפירונג פון א איד? און דו ביזט נאך פרייליך אז דו ביזט א איד?
די אלע און נאך ענדליכע קשיות וואס ליגן ביי יעדן אין בעק פון זיין מח, מאכן אז מען זאל נישט קענען פרייען אז מען איז א איד, אודאי ווען איך וואלט געווען א איד און טאקע אויסגעזעהן און זיך אויפגעפירט ווי אזוי א איד דארף זיין, וואלט איך געווען פרייליך, אבער יעצט? איך ווייס דאך יא דעם אמת, יענעם קען מען נארן אבער נישט זיך אליינ'ס, איך ווייס דאך יא פונקטליך ווי מיין אידישקייט האלט, און די ביסל וואס איך טוה יא איז נאר די גרינגע זאכן, און אויך ווייל איך וויל נישט ארויספאלן פון מיין סביבה, איך שעם זיך צו אוועקווארפן דאס אידישקייט, ממילא וואס האב איך צו זיין פרייליך דערמיט? ווען איך קום ארויף אויבן לאחר מאה ועשרים, ווארטן מיר אפ די שרעקעדיגע שווארצע מלאכים און שליידערן מיר גלייך אויף מיין באשטימטן ארט אין גיהנום, נאר פון טראכטן דערפון כאפט מיר א שוידער אין אלע ביינער.

די ריכטיגע חשבון
רבי נחמן ברסלבער איז געזיצן אמאל אינדערהיים מיט זיין תלמיד רבי נתן, פלוצלינג הערן זיי א טומל אויפ'ן גאס, און זיי זעהן פון די פענסטער ווי עס גייט דורך א לוי', מען פירט א נפטר למנוחת עולמים, און דער עולם באגלייטער'ס זענען זייער טרויעריג און וויינען יארמערליך, האט זיך רבי נחמן אנגערופן צו זיין תלמיד: "דער נפטר לאכט יעצט מן הסתם, ער טראכט צו זיך, וואס ווילן זיי? אז איך זאל נאך מער פארשווארצט ווערן דא אויף די וועלט? ברוך ה' אז מען פירט שוין צו מיין אייביגע רוה, און געענדיגט מיט אלע צרות", האט רבי נתן אים געפרעגט: "רבי, אבער איך האב דאך גוט געקענט דעם נפטר, ער איז בכלל נישט געווען דער גרויסער צדיק, ער האט היבש אביסל עבירות אריינכאפט אין זיין לעבן, און יעצט אויבן אין הימל ווארט אים נישט אפ די גרויסע גליקן אין גן עדן, ער האט נאך היבש צרות צו ליידן דארט אויך", האט אים רבי נחמן געענטפערט: "אמת, ער וועט טאקע באקומען זיין פארדינטע שטראף פאר אלע זיינע עבירות וואס ער האט געטוהן - אויב ער האט נישט תשובה געטוהן - אבער דאס איז נאר פאר א שטיקל צייט, איינמאל זיין עונש וועט זיך ענדיגן, וועט ער דעמאלט'ס באקומען שכר פאר יעדע גוטע זאך וואס ער האט יא געטוהן, פאר יעדע תפלה, פאר יעדע ווארט תורה, פאר יעדן תפלין לייגן, פאר יעדע סעקונדע פון גיין מיט ציצית, האבן א מזוזה, אנטוהן טלית ותפלין, יעדע שבת וואס ער האט געהיטן, יעדע יום טוב, א.א.וו."

דאס איז א געוואלדיגע נקודה וואס מען נעמט נישט אין אכט, די עונש פאר די עבירות און די שכר פאר די מצות זענען בכלל נישט אויף די זעלבע לעוועל, די עונשים זענען נאר לזמן, און די שכר איז עד עולם ביז אייביג, ולפי זה לוינט זיך צו לעבן 90 יאר אויף די וועלט און אפילו אויב מען פאלט דורך מיט אסאך עבירות, אבער אינצווישן כאפט מען אריין אויך אסאך מצות, און אפילו די מצות זענען נאר כמצות אנשים מלומדה, אדער וועגן פחד און בושה, אבער למעשה האט מען געטוהן די מצות, און אפילו אויב מען וועט באקומען הארבע עונשים פאר די עבירות, איז דאס אבער נאר פאר א שטיק צייט, און נאכדעם וועט מען באקומען שכר פאר די מצות לעולמי עד, איז דאס נישט קיין גוט געשעפט?
עס איז דא א באקאנטע מעשה פון רבי אברהם קאליסקער זי"ע אז ער האט געטראפן אמאל אן אלטן איד וויינען אז ער האט שוין נישט קיין כח צו לעבן און ער וויל שוין שטארבן, האט אים דער צדיק אנגעשריגן "עס לוינט זיך צו לעבן 80 יאר צו קענען איינמאל לייגן תפלין".
איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען די מעשה, פארוואס לוינט זיך עס? אין די 80 יאר וועט ער דאך טוהן אסאך עבירות אויך? אבער לויט אונזער נקודה איז די מעשה זייער פארשטענדליך, ווייל די אלע עבירות און די איין מאל לייגן תפלין זענען בכלל נישט לפי ערך כנ"ל.

אפילו דער יצר הרע איז מסכים
אן אינטערעסאנטע מעשה שטייט אין ירושלמי (דמאי דף י"ג) רבי זעירא האט שפאצירט אויפ'ן גאס אנגעליינט אויף רבי חגי, און זיי זענען דורכגעגאנגען א מענטש וואס האט געשלעפט א גרויסן לאסט פון האלץ שפענדליך, האט ר"ז געזאגט פאר ר"ח "גיי ברענג מיר א שפענדל איך זאל דערמיט פיצן די ציין" (מען רעדט דארט אויב מען מעג גנב'ענען פחות משוה פרוטה) ווען ר"ח האט אנגעהויבן גיין האט אים ר"ז צוריק גערופן און געזאגט "נעם נישט קיין שפענדל, ווייל אויב איך וועל נאר נעמן איין קליינע שפענדל, וועט יעדער טוהן אזוי, און יענער וועט בלייבן אן גארנישט" און ר"ז האט צוגעלייגט "נישט ווייל איך בין אזא גרויסער צדיק און איך בין אזוי מקפיד, נאר אזא גרינגע מצוה וואס אפילו דער יצר הרע לאזט מיר עס טוהן, פארוואס זאל איך עס נישט טוהן?"
דאס איז אויך א געוואלדיגע לימוד, פארוואס זאל איך זיך אראפקוקן ווייל איך טוה מצות בכלל נישט ווייל איך וויל באמת אזוי, נאר ווייל דער יצר הרע איז אויך מסכים דערצו, ווייל עס ליגט מיר שוין אין די בלוט, און איך שעם זיך עס נישט צו טוהן, אט קוקט ווי רבי זעירא האט זיך געפריידט צו טוהן א מצוה וואס אפילו דער יצר הרע איז אויך מסכים דערצו.

סך הכל
דאס אלעס איז געזאגט געווארן אפילו פאר א איד וואס איז עובר על התורה כולה נאר דא און דארט כאפט ער אריין געציילטע מצות, האט זיך אים אויך געלוינט דאס געשעפט, און כל שכן אונז וואס מיר זענען פיל מיט מצות פון קאפ ביז פיס, יעדער איד וויל זיין וואויל און ער טוט יעדן טאג הונדערטער מצות ביודעים ובלא יודעים און נאך מער ווען עס קומט א שבת אדער א יום טוב טוט מען נאך מער מצות, און די עבירות, וואסערע פנים האבן זיי שוין? פון די אלע שס"ה לאווין וויפיל זענען מיר שוין עובר? מערסטנ'ס א 10-20, און דאס איז דאך שוין אויך מיט יענעם פנים, ווי רבי זושא האט געזאגט אז די עבירות פון אידן זענען אלע אן הענט און אן פיס, פיל מיט חרטה געפילן, און אפילו אויף דעם טוט מען דאך תשובה יעדן טאג ביי סלח לנו, און זיכער ווען עס קומט יום כיפור טוט יעדער איד תשובה מעומקא דליבא און אלע עבירות ווערן אפגעמעקט און ער בלייבט נאר מיט זיינע מצות, וואס אויף דעם וועט ער באקומען א שכר עין לא ראתה.

בואו ונחשוב חשבונו של עולם, מיר זענען אנגעפילט מיט מיליאנען מצות, וואס אויף דעם קען מען נישט תשובה טוהן, דאס בלייבט מיט אונז שטענדיג, מיר פאלן טאקע דורך מיט עבירות אבער אויף זייער א שוואכע וועג, און פיל מיט חרטות, און אויף דעם טוען מיר אויך תשובה כאטש איינמאל א יאר, און ווען מיר וועלן ארויף קומען אויבן נאך די 120, וועלן מיר טאקע באקומען אן עונש פאר די ביסל עבירות אויף וואס מיר האבן נישט תשובה געטוהן, און דאס וועט אויך נאר זיין פאר א שטיק צייט, און דערנאך וועלן מיר באקומען א געוואלדיגע שכר פאר די אומצאליגע מצות וואס מיר האבן געטוהן, א שכר וואס מען קען גארנישט באגרייפן, אבער דאס איז זיכער אז עס וועט זיין גאר גוט, יעצט האט זיך נישט געלוינט דאס געשעפט, דארפן מיר נישט זיין פרייליך אז מיר זענען אידן?

אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו!

חומרות אויף פסח

חומרות אויף פסח

עס קומט שוין באלד דער יום טוב פסח, און יעדער איז ביזי מיט זיינע חומרות ודקדוקים, וויל איך שרייבן וועגן דעם ענין במשנתו של רבי נחמן מברסלב, און ווער עס האט צוצולייגן פון אנדערע מקומות איז מכובד.

רבי נחמן שרייבט (ליקוטי מוהר"ן ח"ב מד) אז די אלע חומרות ודקדוקים דערווייטערן א מענטש פונעם אייבערשטן, חז"ל זאגן "לא ניתנה תורה למלאכי השרת". און אויך "אין הקב"ה בא בטרוניא עם בריותיו", דהיינו אז דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה אויף א נארמאלע וועג ווי אזוי מענטשן פירן זיך נארמאל, און דערפאר דארף מען נאר טוהן די הלכות אזוי ווי עס שטייט, און מען דארף גארנישט צולייגן קיין חומרות יתירות.
און ער זאגט דארט אז אויף די מענטשן וואס זענען ביזי מיט חומרות יתירות, אויף זיי זאגן חז"ל וחי בהם ולא שימות בהם, ווייל די אלע וואס ליגן אין חומרות האבן קיינמאל נישט קיין חיות פון א מצוה, אייביג זענען זיי פיל מיט מרה שחורה אז אפשר האבן זיי נישט מקיים געווען די מצוה אינגאנצן כתיקונה.
רבי נתן שרייבט דארט צו אז רבי נחמן אליינ'ס האט נישט געהאט קיין שום חומרות.

אין אן אנדערע פלאץ (ליק"מ ח"ב פ"ו) טייטשט ער דעם פסוק מקוצר רוח ומעבודה קשה, אז ביי עבודה זרה שטייט אף אין יש רוח בהם, אז זיי האבן בכלל נישט קיין רוח, ממילא "מקוצר רוח" מיינט איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, זאגט ער אז איינער וואס האט נישט קיין גאנצע אמונה, דארף אייביג צולייגן נאך שווערע עבודות, ווייל די פשוטע מצות ווי אזוי דער אייבערשטער האט עס געהייסן איז אים נישט גענוג, דאס איז פשט, מקוצר רוח - ווען איינער האט א שוואכע אמונה, ומעבודה קשה - דעמאלט'ס דארף ער האבן שווערע עבודות, אבער איינער וואס האט א קלארע אמונה דארף נישט טוהן קיין שווערע עבודות, אים איז גענוג וואס די תורה זאגט כפשוטו.

רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן רלה) אז איינמאל האט רבי נחמנ'ס א תלמיד אים געפרעגט עפעס א שאלה וועגן א חומרה אין פסח, און רבי נחמן האט יענעם שטארק אוועק געמאכט, און ער האט דעמאלט'ס אסאך גערעדט פון דעם אז דער עיקר עבודת ה' איז צו מרבה זיין בתורה ותפלה ומעשים טובים פשוט'ערהייט אן קיין שום חומרות, ולא ניתנה תורה למלאכי השרת.

יום חמישי, מרץ 06, 2014

דער זארגלאזער אמאל!

דער זארגלאזער אמאל!


איך דערמאן זיך אצינד
אלץ פיצל קינד
גלייך אין אנהויב פון מיין לעבן
גאט האט געשפינט
אן קיין זינד
א ריינע נשמה מיר געגעבן

דער מח עס טראכט
עס נעמט אין אכט
ווען דער גוף האט אנגעהויבן וועבן
צו בייטאג צו ביינאכט
איך נעם אין באטראכט
צו וואס איז געווען מיין שטרעבן

אין בעטל געליגן
די מאמע געוויגן
דאס איז דאך איר איינציג זון
געגעסן געזיגן
געבראכן געשפיגן
ווי יעדע קליין קינד איך בין

די ווינדלען נישט ריין
שמוציג געמיין
די מאמע האט מיר איבערגעטון
קיינמאל געווען אליין
איך הייב אן א געוויין
די מאמע נעבן מיר איך געפין

געווען איז דאס גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
די מאמע מיר היט
איך לעב גאר אויף אירע שפּעזן

דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן
צרות קיין איין
איך בין נישט אליין
די מאמע מיין גאנצע וועזן

***

יארן געווינען
אן אשת חיל באקומען
געשטאנען אונטערן חופה אין הויף
א יאך אויף מיר גענומען
די גוטע צייטן צורינען
די שוועריקייטן נעמען זיך צונויף

זארגלאזע צייטן
טוען זיך בייטן
אלעס פאלט אויף מיר ארויף
די חובות טוען רייטן
געלט איז פון דער ווייטן
ווי אזוי נעמט מען דאס אויף

צרות און פּיין
שטעקט אין האלז ווי א ביין
שוועריקייטן טוען זיך מערן
צו וועם זאל איך גיין
ווער וועט מיר פארשטיין
צו ווי זאל איך זיך קערן

עס איז מיר ביטער
פון באשעפער איך ציטער
צו וועט ער מיר דען אויסהערן
ער איז טאקע א גוטער
אבער אויפ'ן קאפ איז דא פּיטער
די עבירות טוען זיך פארמערן

צייטן נישט גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי שווער איז דאס געוועזן
שווערע מינוט
אסאך צרות אינדערמיט
פון ווי קען איך נעמען אויף שפּעזן

דאס לעבן פיל מיט פּיין
ערגער ווי איך מיין
ווי אזוי קען מען די פראבלעמען לעזן
צרות מער ווי איין
איך בין אינגאנצן אליין
איך פיל נישט קיין סיפוק אין מיין וועזן

***

טרערן עס רינען
שיעור אראפ פון זינען
דאס הארץ אין מיר עס וויינט
דאס תהלים’ל גענומען
צום פסוק אנגעקומען
כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ עס ליינט

דער באשעפער ווי די מאמע’ן
מיט מיר שטענדיג צוזאמען
מיט רחמנות אויף מיר ער שיינט
איך בין אינגאנצן זיינען
ער טוט אויף מיר שיינען
אין זיינע אויגן בין איך בא’חנ'ט

צו אים וועל איך גיין
ער וועט מיר פארשטיין
איין איינציג קינד בין איך ביי אים
שמוציג בין איך געמיין
איך רעד צו אים מיט געוויין
ער וועט מיר אפוואשן באקוועם

ווי אזוי איך זעה נאר אויס
העלפט ער מיר ארויס
ער איז ווי מיין מאמע פאר דעם
אפילו מיינע עבירות זענען גרויס
בין איך ביי אים ווי אויף א מאמע'ס שויס
דער באשעפער, מיין מאמע, איך האב שוין צו גיין צו וועם

עס איז שוין צוריק גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
דער באשעפער מיר היט
איך לעב גאר אויף זיינע שפּעזן

דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
אלע פראבלעמען קען מען לעזן
צרות מער ווי איין
אבער איך האב צו וועם צו גיין
דער באשעפער מיין גאנצע וועזן!